top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה מגנא ומצלא: בעלזער רב הייסט ישיבה בלייבן אין חיפה טראץ לבנון ראקעטן‎

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 24 בספט׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 26 בספט׳ 2024

דינסטאג פ' נצבים - וילך • כ"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

אין ליכט פון די אנגעצויגנקייט אין ארץ ישראל, ובפרט אין צפון, וואו דער מלחמה האט זיך אין די טעג פארערגערט, מיט כסדר'דיגע ראקעטן פון לבנון וואס גרייכט ביז חיפה, האט די הנהלת ישיבה גדולה בעלזא אין חיפה אנגעפרעגט דעת קדשו פון כ"ק בעלזער רב שליט"א צי מ'זאל עוואקואירן פון חיפה אינעם סכנה'דיגן צושטאנד נאכדעם וואס די ישיבה פארמאגט נישט קיין באמבע שעלטערס צו זיך באשיצן פון די פליענדע ראקעטן.


די תשובה ודעת קדשו פונעם בעלזער רב איז געווען אז מ'קען רואיגערהייט בלייבן אין ישיבה, תורה מגנא ומצלא, און אלעס וועט בעז"ה אריבערגיין בשלום.

תגובות


bottom of page