זונטאג פ' ויצא • ל' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: שלומי טריכטער, JDN
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכע האט געפראוועט א שבת מרובם בקרתא דשופריא אין עיה"ק ירושלים איז נעכטן מוצאי שבת כחצות הלילה אנגעקומען אויף א מעמד התפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, בראש קהל חסידיו, און די בחורי החבורות וואס לערנען אין די ישיבות הקדושות אין ירושלים. מען האט געזאגט ספר רביעי אין תהילים ווען דער רבי דינט אלס שליח ציבור בהתעוררות רב. דערנאך האט מען געזינגען ניגוני ציפייה לגאולה קלאגנדיג אויפן חורבן הבית.
Kommentare