מיטוואך פ' בחוקותי • כ"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בהתאסף ראשי עם, האבן זיך דעם מאנטאג פארזאמעלט די גדולי ומאורי ישראל אויף א געמיינזאמע אסיפה, מחזק צו זיין די וועלט בארימטע 'לימוד הלכה' פון ארגון 'דרשו' אין וועלכע עס זענען אנגעשלאסן צענדליגע טויזענטער אידן איבער דער גארער וועלט.
ביים כינוס וועלכע איז פארגעקומען אינעם עיר התורה בני ברק אין שטוב פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, האבן זיך אנגעזען די גדולי האדמורי"ם און גדולי ראשי הישיבות צוגלייך, צווישן אנדערע: האדמורי"ם מצאנז, סערט וויז'ניץ, דושינסקיא, אלכסנדר, און מודזיץ, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש ראשי ישיבות סלאבודקא, הגאון ר' דוד כהן ראש ישיבת חברון, הגאון ר' שרגא שטיינמן ראש ישיבת אורחות תורה און נאך פילע ראשי הישיבות פון די ליטווישע און ספרדישע קרייזן אין ארץ ישראל.
די כינוס איז צושטאנד געקומען, זיך גרייטנדיג אנצוהייבן 'הלכות שבת' אין ראם פון 'דף היומי בהלכה'. די גדולי ישראל האבן אונטערגעשריבן א פאראייניגטע 'קול קורא' וועלכע רופט דעם ציבור יראי ה' החרדים אל דברו, זיך אנצושליסן אין דעם פראגראם און לערנען יעדן טאג אן עמוד אין משנה ברורה, להגדיל תורה ולהאדירה.
ביים כינוס האט מען געהערט דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט, אז אין די יעצטיגע שווערע צייטן, איז די בעסטע סגולה צו לערנען הלכה, ווי די גמרא זאגט, 'אין עומדים להתפלל אלא מתוך הלכה פסוקה'. אזוי אויך האט ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א אויפגעטראטן און זיך אויסגעדריקט אז אין זכות וואס אזויפיל אידן וועלן לערנען הלכות שבת וועט אונז דער אויבערשטער ראטעווען פון אלע צרות.
Comments