top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בריך מתייך לשלם: וויליאמסבורג נעמט אויף מיט גרויס כבוד כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א

מאנטאג פ' בא • ה' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: א. אייזנבאך


היינטיגן מאנטאג נאכמיטאג וועט זיך כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א ארויסלאזן אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק ביז די רבי שליט''א וועט זיך אויפהאלטן איבערן וואך אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג.


די נסיעה וועלכע דער בוהושער רבי שליט"א קומט יעצט ארויס איז געווידמעט אופצוטרייבן שטיצע לטובת די מוסדות הקדושים בוהוש וועלכע פונקציאנירן אין בני ברק לשם ולתפארת, די ישיבות הקדושה און כוללי אברכים, וועלכע ווערן געפירט על טהרת הקודש, צו דעם צוועק וועט די רבי שליט''א אין לויף פון דעם קורצן בליץ באזוך ארויפגיין לבתי נדיבים בעם אויפצורטייבן שטיצע - בפרט ביי תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע האבן א געפיל און שפירן א ספעציעלן קשר צום בוהושער רבי'ן שליט"א, נאכדעם וואס דער רבי האט דוגל געווען בדרך קדשו פון הרה''ק מסאטמאר זי"ע, און אין זיינע מוסדות הק' לייגט ער א גרויסן דגש זיך צו מתבדל זיין פון סיי וועלכע שייכות צו ציונות, אין איז באקאנט מיט זיין שטאַרקן קנאות דקדושה און זיין עקשנות נישט צו נהנה זיין פון זייערע געלטער.


היינט אויפדערנאכט קומט פאר א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יעקב יוחנן מענדעלאוויטש אין שטאט וויליאמסבורג.

Comentarios


bottom of page