top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בֹּאוּ שְׁעָרָיו בְּתוֹדָה • ק"ק ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג באנייעט ביהמ"ד הגדול והחדש צום יו"ט פסח

מוצאי שבת פ' מצורע • י"ב ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי ראחמסטריווקא וויליאמסבורג גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום לאנג ערווארטעטע מאמענט ווען אין א מזל'דיגע שעה וועט באנייעט ווערן די נייע בנין ביהמ"ד הגדול דחסידי ראחמיסטריווקא אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, לשמחת לב די חסידים, מעריצים און תושבי העיר.


שטייענדיג בלויז געציילטע חדשים נאך וואס כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג שליט"א האט אנגענומען די כתר האדמורו"ת אין שטאט וויליאמסבורג, אז די הנהלת הקהילה איז אריין אין קאנטראקט אפצודינגען א בנין רחבת ידים אויף פרענקלין עוועניו, צווישן פארק עוועניו און פלאשינג, ביים אנהייב פון די ניי וויליאמסבורג געגנט.


אין די לעצטערע חדשים איז אנגעגאנגען העפטיגע בוי ארבעט און אין בלויז צוויי חדשים איז די פראכטפולע בנין אהערגעשטעלט געווארן מיט א הערליכע לופטיגע היכל בית המדרש, שטיבלעך צום דאווענען, און אלע באדערפענישן, וואס וועט בעז"ה צוברענגען א ריכטיגע הרחבת הדעת און א געשמאקע מקום תפילה פאר די גאנצע אומגעגנט.


אצינד גרייט מען זיך טאקע צום געהויבענעם מאמענט, ווען דעם יום טוב פסח וועט מען באנייען די פראכטפולע בית המדרש, ווי עס וועלן פארקומען די תפילות און טישן מדי שבת בשבתו און תמידין כסדרן און וועט דינען אלס א תל תלפיות פאר הונדערטער אידן וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש.


דעם קומעדיגן זונטאג יום בדיקת חמץ נאך תפילת שחרית אינעם צייטווייליגע בית המדרש אין היכל ישיבת מבוא התלמוד, וועט די רבי שליט"א אריבערגיין מיט די חסידים צום נייעם בית המדרש און קובע זיין די מזוזות, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לרגל די פתיחת שערים לשם ולתפארת. אין די יעצטיגע טעג גייט ווייטער אן די בוי ארבעט צו פארענדיגן דעם בנין כלול בהדרו, די גאנצע בנין זאל זיין ווי שנעלער גרייט צום באנוץ בכל פרטיה ודקדוקיה.



Comments


bottom of page