top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תעלוץ קרי': חוצות בני ברק ווירבלען מיט הכנות צו חתונה הגדולה פון בן זקונים ביי האד' ביאלא בני ברק

מיטוואך פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

חוצות בני ברק ווירבלען שוין מיט די העפטיגע צוגרייטונגען צו די חתונה הגדולה בחצר הקודש ביאלא, די היסטארישע שמחת נישואין פונעם בן זקונים ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף יואל גראס אב"ד באר חיים אלעד בן כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד ערלוי אלעד.


אין די פארבליבענע קארגע וואך ביז די חתונה זעט זיך שוין אן די גרויסע הכנות בחוצות עיר בני ברק, ביים תל תלפיות דער ביאלער ביהמ"ד און גאסן ארום, וואס ווערן מלכות'דיג באצירט מיט פרעכטיגע טויערן און שילדן לכבוד די שמחת בית צדיקים, בעת די חסידים גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צו די מרוגש'דיגע עידן חדוותא ווען דער רבי פירט זיין יונגסטע קינד אונטער די חופה, נאכ'ן חתונה מאכן די פופצן קינדער בנין וחתנין רבנן בליעה"ר.


מיט פייערליכקייט וועט דעם שב"ק וישלח פארגעקומען די שבת עלי' לתורה, וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס זמן קהלה לכל, ווען ביאלא חסידים פון אלע שטעט וועלן קומען צו פארן קיין בני ברק און מיטלעבן דעם געהויבענעם שבת של שמחה בבית המלכות.


צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם ביאלא ביהמ"ד, וועט אלע תפילות און טישן במשך דעם שבת פארקומען אינעם גיגאנטישן אודיטארום אויף רח' ירושלים אין בני ברק,  און דער בנין המוסדות פון "אלכסנדר" איז ארויסגעדינגען געווארן פאר אש"ל פאר חסידים מחוץ לעיר.


די שמחת החתונה וועט פארקומען בקול רנה ותודה המון חוגג, דעם קומענדיגן מאנטאג וישב, אנגעהויבן מיט'ן מעמד "קבלת פנים" און "חופה" אינעם ביהמ"ד ביאלא אויף רחוב ירושלים, די סעודות החתונה און די ריקודין וועלן פארקומען אינעם גרויסן אודיטאריום אין רמת אלחנן. די סעודות החתונה פאר די יונגעלייט און בחורים וועלן פארקומען אין די אולמי באיאן און צאנז אינעם געגנט. די שמחת החתונה פאר די נשים וועט פארקומען אין די אולמי הדקל.


די חתונה וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע קייט פון שבעת ימי המשתה, אנגעהויבן מיט'ן שבת שבע ברכות וואס וועט פארקומען במעונו פונעם אבי הכלה אין אלעד, ווען מ'וועט האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן מחותן אבי החתן, דער ביאלער רבי שליט"א, וואס וועט באשיינען די שמחה אינאיינעם מיט א קבוצה פון חסידים. די תפילות וועלן פארקומען אינעם היכל הכינוסים וויזניץ אין שטאט.


די צענטראלע שבע ברכות פאר כלל חסידי ביאלא וועט פארקומען מיט א היסטארישע פריידיגע חגיגה "סיום כל התורה כולו", דאס רעכנט אריין ש"ס בבלי ירושלמי און רמב"ם, וואס איז געלערנט געווארן בכח הרבים פון כל קהלה קדישא חסידי ביאלא, אלס הכנה צו די חתונה. די חגיגה מפוארה וועט פארקומען אינעם ביאלא ביהמ"ד אויף רחוב אבינדב אין ירושלים עיה"ק.



Comments


bottom of page