top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ באזוכט אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' הערש אלימלך פיש אין מאנסי

מאנטאג פ' משפטים • כ"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי בערגער


דעם מוצאי שבת איז מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' הערש אלימלך פיש אין מאנסי וועלכע האט זיך אנגערופן מיט א סכום הגון לטובת די מגבית קודש וואס איז אצינד משאת נפשו פונעם וויז'ניצע רבי'ן.


די רבי האט דארט געזאגט 'ויתן לך', דערנאך האט מען אריינגעברעגנט קאווע אין די רבי האט דערציילט סיפורי צדיקים ווי איינגעפירט מוצאי שבת, אזוי אויך האט ר' הערש אלימלך געצייגט פארן רבי'ן פארשידענע היסטארישע חפצי קודש אין כתבי ידות מאוצרו הטוב.


נאכן באזוך האט די רבי גענימען קוויטלעך פון ר' הערש אלימלך ומשפחתו אין מאציל געוועהן מברכת קדשו לרוב.





















































Opmerkingen


bottom of page