זונטאג פ' בהר • י"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
עס איז באשטעטיגט געווארן, אז כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א וועט בעזהשי"ת דאס יאהר אנצינדן א מדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אויף א גרויסע פארנעם, בחצר בית המדרש הגדול סאטמאר אין מאנסי.
פאריאהר שנת תשפ"ג האט די רב שליט"א צום ערשטן מאל געפראוועט א הדלקה בזעיר אנפין ל"ג בעומר נאכמיטאג אין חצר פון ישיבה אינאיינעם מיט די בחורים, און דאס יאהר איז מיט פרייד געמאלדן געווארן אז עס וועט פארקומען די גרויסארטיגע הדלקה מוצאי שבת ליל ל"ג בעומר, במקהלות הונדערטער חסידי סאטמאר אין מאנסי וואס וועלן זיך צונויפזאמלען צו מיטהאלטן די הייליגע מאמענטן בשלהבת אש קודש.
די מעמד רבתי וועט זיך אנהייבן תיכף נאך מעריב און הבדלה, מיט ניגוני רגש והתעוררות להיפקד בדבר ישועה ורחמים אינעם געהויבענע שעת רחמים ועת רצון, נאכגעפאלגט מיט די שירי ל"ג בעומר, און פייערליכע ריקודין של שמחה מיט אן התקשרות לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים רבתי אינעם היכל ביהמ"ד הגדול. די עסקני הקהלה ארבייטן אין די טעג העפטיג אהערצושטעלן אלע פילצאליגע טעכנישע און לאגיסטישע דעטאלן לטובת דעם ריזן ערווארטעטע ציבור ביי די געהויבענע מעמד.
Comments