זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי ראחמיסטריווקא בעיר הבירה לאנדאן האבן אויפגענומען מיט פרייד די גינסטיגע נייעס, איבער די עפענונג פון א נייע בית מקדש מעט, בית המדרש לתורה ולתפילה דחסידי ראחמיסטריווקא אין לאנדאן, תחת נשיאותו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
אין די לעצטע יאהרן האט זיך צוזאמגעקליבן א שיינעם ציבור חסידי ראחמיסטריווקא בעיר הבירה, וועלכע האבן זיך געפינען אן קיין אייגענעם בית המדרש, שוין א לענגערע צייט וואס די עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה אוועקצושטעלן א פינת יקרת פאר די חשובע יונגעלייט צו קענען זיך האלטן אינאיינעם און זיך דערווארעמען לאורו הבהיר פונעם רבי'ן שליט"א מריחוק מקום, אצינד האבן די עסקנים בברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געשלאסן קאנטראקט אויף א געדינגענעם לאקאל אויף די עמערסט פארק גאס אין די סטעמפארד הילל געגענט, אלס דיין הבית המדרש האט די רבי שליט"א געשטעלט הרה"ג ר' לוי יצחק גרינצווייג שליט"א מחשובי חסידי ראחמיסטריווקא אין לאנדאן.
די פתיחת שערי הבית מדרש איז באשטימט געווארן אויף היינטיגן שבת קודש פרשת פנחס שבת המועדות. כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע איז די וואך ערווארטעט אויף א קורצן באזוך אין שטאט אין ראם פונעם היסטארישן מסע ההצלה קיין לאנדאן וועט לויטן יעצטיגן פלאן מחנך זיין דעם צייטווייליגן אכסניא פארן נייעם ביהמ"ד מיט א תפילה אין לויף פון איינע פון די טעג ביים רבינס באזוך אין שטאט.
ברכת הקודש של מרנן האדמורים מראחמיסטריווקא
קרעדיט: ארכיון אחה"מ רראחמיסטריווקא