דאנערשטאג פ' בהר • ט"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א.מ.ש.
אן אייגענארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת בחצר הקודש בעלזא, ווען עס איז אריינגעגעבן געווארן א גאר אלטע ספר תורה צום היכל ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים.
דאס קומט נאכדעם וואס אן עלטערע איד פון פלארידא ר' ישראל גודמאן הי"ו, איז דעם מוצאי שבת אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א און מיטגעברענגט מיט זיך א אלטע ספר תורה וואס ער האט נאך בירושה פון זיינע עלטערן, זאגענדיג אז ער וואוינט טאקע אין פלארידא, אבער זיינע עלטערן און זיידעס זענען אלע געווען בעלזא חסידים און דעריבער וויל ער מנדב זיין דעם ספר תורה פאר בעלזא. דער רב שליט"א האט זיך אינטערסירט איבער זיין אפשטאם און ווער זיינע זיידעס זענען געווען, ר' ישראל האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט שוין פון לאנג געוואלט קומען קיין בעלזא, אבער עס איז נישט אויסגעקומען א געלעגנהייט ביז דעם היינטיגן טאג, ווען ער פריידט זיך אוועקצוגעבן דעם ירושה ספר פארן בעלזער הויף. דער רב שליט"א איז שטארק נתרגש געווארן און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
די רב שליט"א האט געהייסן אריינפירן דעם ספר תורה בזעיר אנפין מיט א מנין מצומצם צוליב ספירת העומר, דער גבאי ביהמ"ד הגדול ר' אהרן קלמן פריעד האט צוזאמגערופן א מנין אידן ווי מען האט אריינגעטראגן דעם ספר תורה צום פראכטפולן ארון הקודש אינעם גרויסן בעלזא ביהמ"ד באגלייט מיט ניגוני שמחה וריקודין לכבוד התורה.
Comments