דינסטאג פ' נצבים וילך - י"ט אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס
כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א איז היינט מיטאג באזוכט אינעם היכל הכולל אין ביהמ''ד הגדול אויף הופפער סט. וואו די רבי האט אין א זעלטענעם ערשיינונג איבערגעגעבן א סוגיא שיעור אויף די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' וואס די רבי וועט דרש'ענען ביי די שבת שובה דרשה.
אנגעהויבן פון פאריגע וואך טוט די רבי שליט''א פארלערנען די חריפות'דיגע "סוגיא שיעורים" פאר די תלמידי המתיבתא אין סניף "ויואל משה". זייענדיג היינט דורכן טאג אין וויליאמסבורג האט די רבי אויסגעניצט די געלעגנהייט אין איבערגעגעבן דעם טעגליכן סוגיא שיעור פאר די הונדערטער אברכי הכולל אין וויליאמסבורג וועלכע האבן מיטגעלעבט א שעה של תענוג עליון ווען דער רבי שליט"א איז מחדש די חידושים מתוקים און טיפזיניגע מהלכים בעומק הסוגיא.
די שיעור איז געווארן אריבערגעפירט לעבעדיג דורך א לייוו הוקאפ אויפן טעלעפאן צום מתיבתא אין קרית יואל וואו די בחורים האבן מיטגעהאלטן דעם שיעור מריחוק מקום.
Comments