top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וּבְמִלְחֶמֶת אֵשׁ דָּת הַשַּׁעְרָה • הרה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג אדרעסירט היי יאריגע הילולא ל"ג בעומר אין מירון

מיטוואך פ' בהר - פסח שני • י"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


גאר שארפע דיבורים זענען געהערט געווארן היינט ביי די טעגליכע שיחת התחזקות פון המשפיע המפורסם הרה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, די משפיע שליט"א האט דירעקט אדרעסירט די שווערע צוימונגען וואס איז ארויפגעלייגט אויף די היי יאריגע הילולא קדישא ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון.


הרה"צ ר' צבי מאיר שליט"א האט מיט א קאך און א פייער אויפגעשטורעמט אז לא יעלה על הדעת צו ח"ו אפהאלטן אידן פון קומען דאווענען און פועלן אין אתרא קדישא מירון, היו לא תהיה צו צושטערן די שמחה פון התנא האלוקי רשב"י אין זיין גרויסע טאג ל"ג בעומר.


די משפיע האט ערווענט אז עס איז נישטא קיין שום סכנה צו זיין ביי רבי שמעון, און ציטירט די ווערטער פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וואס האט אויך קלארגעשטעלט חוות דעת קדשו אז עס איז נישט פארהאן א חשש סכנה ביים ציון הק' אין מירון.


הרה"צ רבי צבי מאיר שליט"א וואס פארט קיין מירון יאר יערליך שוין פאר איבער פינף און דרייסיג יאר אן פארפאסן אפילו איין יאר, האט געזאגט אז מען וועט זיך בעז"ה נישט אפהאלטן פון פארן היי יאר, אויך מיט עטליכע יאהר צוריק ווען מירון איז געווען פארשפארט צוליב קאראנע איז די משפיע דאן געפארן און געקלעטערט אויף די בערג און אין די וועלדער צופיס פאר לאנגע שטרעקעס צו קענען אנקומען לבקר בהיכלו, היכלא קדישא דרשב"י.


עס איז אבער באטוינט געווארן אז עס איז לעת עתה נישט פארהאן קלארע לאגיסטישע פלענער בנוגע די נסיעה מיט די בני החבורה, אבער מען איז בטוח אז מען וועט בעז"ה דורכברעכן אלע מניעות און דערפאר וועט מען היי יאר צינדען די הדלקה אין ירושלים גענוג פרי, זונטאג פארמיטאג אז עס זאל בלייבן גענוג צייט אין טאג צו קענען אנקומען און פוקד זיין די ציון הקדוש מבעוד יום.

1 Comment


אהרן
May 23

הייליגער באשעפער, העלף אונז הייליגער אידישע קינדער צו טוהן דיין הייליגער רצון, אין קענען זוכה זיין צו אנקומען צי די הייליגער מירון, אין זיך משתטח זיין אויף די הייליגער הייליגער ציון, פון די הייליגער הייליגער הייליגער תנא רבי שמעון, וואס האט באלאכטען די וועלט מיט די הייליגער הייליגער ספר, ספר הזוהר, אין מען זאל זיך קענען רייניגען פין די טמא'נע כלים, אין בלייבען הייליגע הייליגע היילגע אידען!!!!

Like
bottom of page