מוצאי שבת פ' בשלח • י"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט שטורמישע געפילן פון שמחה און התרגשות גרייטן זיך אלפי חסידי סקווירא איבער די גאנצע וועלט, לקראת די היסטארישע שמחה בחצר הקודש, די שמחת החתונה פון די ערשטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בשעה טובה ומוצלחת, וואס וועט געפראוועט ווערן בקול צהלה ורנה במעמד אלפי ישראל דעם קומענדיגן דינסטאג כ' שבט הבא עלינו לטובה, אינעם ריזן שאטער אין סקווירא שטעטל.
די היסטארישע שמחה ברענגט אויף גייסטרייכע געגועים און רגשי קודש ביי אלע סקווירא חסידים, ווען מ'גרייט זיך מיטצולעבן דעם געוואלדיגן דערגרייכונג ווען דער סקווירא רבי וועט זוכה זיין צו אונטערפירן אונטער די חופה די ערשטע אור אייניקל, די כלה עלטסטע אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי, א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים ר"ם בישיבה גדולה אין שיכון סקווירא, זון פון הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' אברהם יהושע אשר טווערסקי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל.
א באזונדערע התרגשות נעמט ארום כלל חסידי ראחמיסטריווקא, זיך גרייטענדיג צו די ערשטע שמחה בחצר הקודש, נאכן הסתלקות פונעם אומפארגעסליכן רבי'ן הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, די געהויבענע שבת אויפרוף איז געפראוועט געווארן דעם שבת בצל הקודש פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א במעמד קהל רב, נאכפאלגענדיג מיט די שמחת הפארשפיל יעצט מוצאי שבת בתופים ובמחולות בשמחה והתרגשות.
רחובות העיר נחלי אמונה, די גאסן אין סקווירא שטעטל זענען שוין באצירט מיט הערליכע פלאקאטן און פרייליכע לעקטערלעך לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים, הונדערטער חסידים זענען אצינד פארזאמלט אינעם גרויסן שאטער אין שטעטל צו מיטהאלטן די שמחת הפארשפיל לקראת די היסטארישע חתונה, און פילע חסידים נוצן אויס די געלעגנהייט אריינצוגיין אל הקודש פנימה זיך מזכיר זיין לקראת האי יומא רבא די יום החופה הבא עלינו לטובה.
קומענדיגן מאנטאג וועט פארקומען די שמחת החתן מאהל אין סקווירא שטעטל, און דינסטאג אין די נאכמיטאג שעות וועט זיך שוין אנהייבן די קבלת פנים, די חופה זאל פארקומען נאך מבעוד יום כנהוג, ביי די חתונה זענען ערווארטעט צו באשיינען א גרויסע צאל אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה, אויסער די זיידעס בראש המסובים האדמורי"ם מסקווירא, ראחמיסטריווקא, און אב"ד בית אהרן, איז אויך ערווארטעט די השתתפות פונעם געהויבענעם עלטער עלטער פעטער מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכער וועט זיין צוגאסט אין ניו יארק, עס וועלן זיך באטייליגן בראש השמחה די עלטער פעטערס פון חתן כלה, כ"ק האדמורי"ם מבאבוב 45, האחים האדמורי"ם מוויזניץ, האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים וחשובי העדה פון נאנט און ווייט.
לכבוד די חתונה איז פארפאסט געווארן עטליכע נייע ניגונים בחצר הקודש סקווירא, אין שפיץ פון די נייע ניגון לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך, שטייענדיג אין א געהויבענע מאמענט ווען די שלשלת הקודש ציהט זיך ווייטער נאך א דור בלי עין הרע.
נאך די חתונה וועט נמשך ווערן א געהויבענע וואך פון שבעת ימי המשתה, שבת שבע ברכות וועט פארקומען בקרית מלך רב אין שיכון סקווירא, וואו עס איז ערווארטעט דער חשובער גאסט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א זיידע פון חתן, ואתו עמו א שיינע ציבור חסידי ראחמיסטריווקא פון אלע שטעט. זונטאג וועט פארקומען א ספעציעלע שבע ברכות געאייגענט פאר אלע יתומים אין סקווירא, וואו דער רבי וועט מיסב זיין אינאיינעם מיט די קינדערלעך אויף א ערשטמאליגע פארנעם.
מאנטאג וועט פארקומען די לעצטע שבע ברכות נעילת ימי השמחה אינעם גרויסן שאטער אין שיכון סקווירא.
Comments