top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלעגאנטע שבע ברכות אינאיינעם מיט מסיבת איגוד השותפים פאר נגידים עמודי התווך פון מוסדות באבוב-45‎

עודכן: 1 באפר׳

מאנטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

אן עלעגאנטע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן לכבוד די חתונה ביצר הקודש באבוב-45, אין די עמינעמס זאלן אין בארא פארק, קאמבאנירט מיט די יערליכע מסיבה 'איגוד השותפים' פאר די גרעסערע תומכים וואס שליסן זיך אן מיט לכל הפחות זעקס און צוואנציג טויזענט דאללער לטובת איחוד מוסדות באבוב 45. במשך די רייכע סעודה האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות: הרה"ג ר' יוסף פאנעט שליט"א אב"ד מאור התפילה, העסקן הרב בנציון יוסף ריינהאלד מנכ"ל הפאנדרעיזינג אפיס, הארציגע חרוזין דורכן בדחן הרב אלעזר קליין, און דער משמח אלקים ואנשים ר' נחמן ליווי הי"ו וועלכער וועלכע האט משמח געוועהן מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן וכלה.


צום הויכפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט אויך דערציילט עובדות וסיפורים אויפן הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע וואס די יארצייט איז אויסגעפאלן פרייטאג. נאכן בענטשן זענען אלע נגידים אריבער אל מול פני הקודש מקבל זיין ברכת לחיים פון רבי'ן שליט"א.



Comments


bottom of page