האד' מנדבורנא באזוכט בהיכל קדשו פון האד' מסקווירא
- בחצרות הקודש

- 1 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' ויצא • ל' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א וואס איז פאריגע וואך אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק לטובת מוסדותיו איז אנגעקומען קיין שיכון סקווירא, וואו דער רבי האט באזוכט בהיכל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און דערנאך זיך משתתף געוועהן ביים שמחת השבע ברכות אין די סקווירא הויף וואו ער איז אויפגענימען געווארן ביותרת הכבוד.
ביים באזוך האבן די רבי'ס ארומגעשמועסט שיינע ענינים, דאראונטער איבערן נס ההצלה פון הרה"ק מסקווירא זי"ע ביים ביטערן צווייטן וועלט קריג, דערנאך איז דער נדבורנא רבי שליט"א און די בני בית פארבליבן פריוואט בקודש פנימה.
נאכן באזוך זענען ביידע אדמור"ים ארויסגעקומען צום גרויסן שטוב בביתו נאווה קודש פון סקווירא רבי וואו עס איז פארגעקומען א מעמד כתיבת אותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפ' הירשלער הנכבדה לעילוי נשמת פונעם ראש המשפחה הרה"ח ר' יוסף הירשלער ז"ל מחשובי חסידי סקווירא, א שוואגער מיטן נדבורנא רבי'ן וועלכע איז פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן אין יונגן עלטער. דער סקווירא רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מען האט געזינגען א ניגון שמחה.
דערנאך האבן זיך די רבי'ס אוועקגעזעצט צו א מסיבת לחיים לכבוד המאורע וואו עס איז אנטוויקלט געווארן א שיינעם שמועס איבער פארשידענע מנהגים און די רביס האבן זיך געוואונטשן לחיים. דערביי האט דער סקווירא רבי איינגעלאדענט דעם חשובן גאסט די נדבורנא רבי צום שמחת השבע ברכות היינט אויפדערנאכט אין שיכון סקווירא וואו דער רבי האט זיך טאקע משתתף געוועהן א לענגערע צייט מלובש בבגדי שבת.






















תגובות