נחת דקדושה: גייסטרייכע באזוך פון האד' מדושינסקיא אין תלמוד תורה דושינסקיא לאנדאן
- Bechatzros admin
- 24 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 25 במרץ
מאנטאג פ' פקודי • כ''ד אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
די ילדי החמד תלמודי תלמוד צורה דושינסקיא אין לאנדאן האבן מיטגעלעבט א הערליכע באזוך דורך כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א בין כותלי התלמוד תורה, בזמן שהצדיק בעיר, בעם דעם רבינס באזוך אין לאנדאן לכבוד די חתונה פון א אייניקל.
א גייסטרייכע מעמד קבלת פנים רבתי איז אפגעהאלטן געווארן לכבודו פון רבי'ן, ביים מעמד האבן זיך אויך משתתף געווען די צענדליגער עלטערע קינדער פון די דושינסקיא קהילה וואס לערנען אין די אנדערע חדרים אין שטאט. די ילדי החמד האבן מקבל געווען את פני הקודש לקול תרועת הזמר זינגענדיג ניגוני שמחה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב יחיאל קרויס משגיח אינעם ת"ת וואס האט באגריסט דעם גרויסן גאסט מיט טרעפליכע דיבורים, דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש ודברי הדרכה פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט ארומגערעט איבער די גרויסקייט פון הבל פיהם פון תינוקות של בית רבן, און איבער מכבד זיין די עלטערן און די מחנכים, און מתפלל זיין פאר זיי, דער רבי האט מסיים געווען בברכות קדשו לרוב, דערנאך זענען אלע קינדער דורך אל מול פני הקודש זיך וואונטשן און דער רבי האט פארטיילט מזונות פאר אלע קינדער און די מלמדים כלי קודש.











תגובות