top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה גוררת שמחה ביים זעלטן-התרגשות'דיגער הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך כלל חסידי וויז'ניץ | באריכט

מונטאג פ' נשא - ט' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים בשמחת התורה, עליונים ותחתונים ששו ועלזו ביים היסטארישן שמחת התורה, מעמד הכנסת ספר תורה במקהלות אלפי ישראל, בתוככי קרית מלך רב שיכון ויזניץ בני ברק, ווען כלל חסידי ויזניץ מכל קצוי תבל אין שפיץ פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מויזניץ, האבן אינאיינעם אריינגעגעבן דעם הייליגן ספר תורה לזכר נשמתו פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע.


הדרא דלא אפשר למפרט, זעלטן ערהאבענע בילדער פון שמחת התורה און אהבת התורה, משה ואהרן שמחו בשמחת התורה, יעדער חסיד צווישן טויזענטער אנדערע האט זיך געפריידט און מיטגעטאנצן בשמחת התורה, די הערצער פון חסידי ויזניץ זענען איבערגערינען פון התרגשות און געגועים צו די הייליגע תורה און צום אומפארגעסליכן רבי'ן. לעבעדיגע ריקודין און לאנגע שעות פון התרוממות הנפש וואס וועט בלייבן איינגעקריצט ביי יעדן איינעם וואס האט דאס מיטגעלעבט.


מוצאי יום טוב בעת נעילת חג מתן תורה, האט דער רבי שליט"א אריינגעשריבן די לעצטע ווערטער לעיני כל ישראל אין די הייליגע ספר תורה, ווערנדיג באגלייט מיט הארציגע ניגוני תורה וניגוני שבח והודאה, ספאנטאנישע ריקודין האט אפגעהילכט איבערן גאנצן היכל ווען טויזענטער חסידים זקנים עם נערים הייבן זיך העכער און העכער בשמחת התורה, גייענדיג מחיל אל חיל פון די יום טוב קבלת התורה צום געהויבענעם מעמד קבלת התורה. דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און מיט א קול געשטיקט פון טרערן שלא כהרגלו האט דער רבי ארומגערעדט איבער די אהבת התורה פון זיין גרויסן טאטן דער רבי זצ"ל.


בהוראת הקודש פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א זענען אלע חסידים געגאנגען מלובש בבגדי שבת שוין פון אנהייב טאג, דער רבי זעלבסט איז אויך געגאנגען שבת'דיג און געדאווענט די תפילות אויפן יום טוב'דיגן נוסח. צום באשטימטן צייט בשעה 3:30 נאכמיטאג איז די רבי שליט''א אנגעקומען לביתו נאווה קודש פון אבין דער ישועות משה אויף רח' אהבת שלום ווי עס איז פארגעקומען א באשייידענעם מעמד כתיבת אותיות פאר די נדיבים בעם וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים פארן ספר תורה, נאכן פארענדיגן שרייבן די אותיות האט די רבי געמאכט הגבה אין די ראש ישיבה הגה''צ רבי מנחם ארנסטר שליט''א איז געגאנגען גלילה.


ארום פיר אזייגער איז דער רבי ערשינען ברחובות העיר אויף רחוב דמשק אליעזר, וואו עס איז געווען אויפגעשטעלט א הויכע פלאטפארמע לכבוד המלכות. בשלהבת אש קודש האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג צו באגלייטן די ספר תורה צום הייליגן אכסניא מקום קדוש ומקודש די גיגאנטישע בנין בית ויזניץ אין צענטער פון קרית ויזניץ בני ברק, די ספר תורה איז געפירט געווארן אונטערן חופה כנהוג, און נאכדעם איז דער ויזניצער רבי געפארן אין א ספעציעלע חופה של מלכות, נאך וואס דער רבי האט אויסגעדרוקט רצון קדשו אז ער וויל נישט פארן די וועג אין א מאשין, צו קענען מיטהאלטן די פרייליכע ריקודין בשמחת התורה.


דורכאויס די גאנצע וועג האט דער רבי שטארק מעודד געווען די ריקודין, וינועו אמות הסיפים. די ילדי התלמוד תורה זענען געגאנגען פון פאראויס מיט פייער פאקלען לכבוד התורה, און טראץ די שווערע היצן האט מען געזעהן די פייערדיגע שמחת התורה ביי יעדן איינעם, ווען דער גאנצער ציבור האט זיך געהויבן אין פרייליכע ריקודין לכבוד התורה.


אנקומענדיג אין ביהמ"ד הגדול איז די גאנצע היכל שוין געווען איבערגעפולט עד אפס מקום, מאסן חסידים וואס האבן זיך צונויפגעשטופט אינעם צענטער פון היכל, אין צוגאב צו די הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף אלע זייטן וואס איז געווען אויסגענוצט יעדע מעטער מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה.


ווען דער רבי איז ערשינען אינעם היכל בית המדרש האבן די הונדערטער בחורים געטאנצן אינדערמיט מיט פאקלען, דער רבי האט געטאנצן פייערדיגע ריקודי קודש בעוז ותעצומות אויף די בימת הכבוד ביים מזרח וואנט, דערנאך האט דער רבי זיך אראפגעזעצט און מכבד געווען די חשובע אדמורי"ם ורבנים צו טאנצן מיטן ספר תורה, דעם רבינ'ס שוואגער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ, חתנו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ פון בית שמש, שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מדזיקוב ויזניץ, מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ, אין דעם רבינ'ס פלומעניק הגה"צ ר' יעקב שמשון ארנסטר שליט"א יושב ראש מכון אור פני משה, וואס האט אנגעפירט מיטן כתיבת ספר תורה, הרה"ג ר' דוד שלמה זולדן שליט"א דומ"ץ סערט ויזניץ, און נאך חשובע רבנים ודייני הקהילה.


גאר ספעציעל איז געווען די התרגשות, ווען דער ויזניצער רבי שליט"א האט מכבד געווען דעם באקאנטן בחור חזקי טורנהיים צו טאנצן מיט די תורה, הב' חזקי טורנהיים איז באקאנט איבער די גאנצע וועלט מיט זיין פיזישע באגרעניצונג אבער גאר רייכע שמחת החיים און חדוות התורה, דער רבי האט געטאנצן מיט הב' חזקי און די הייליגע תורה, אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור אין א טיפע התרגשות והתעלות.


נאך די ריקודין עילאין האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק, און מכבד געווען דעם שוואגער הגה"צ ראש ישיבת ויזניץ פארצוזאגן מזמור לדוד פסוק בפסוק, און דערנאך האט מען אריינגעלייגט דעם נייעם ספר תורה אין די ארון הקודש.


א ברייטע סעודה איז געווארן צוגעשטעלט פארן גאנצן ציבור אין אלע אפטיילונגען בבנין ביהמ"ד הגדול בית ויזניץ און די בנינים ארום. נאך אכט אזייגער אויפדערנאכט איז דער רבי ערשינען במלוא הדרו אנגעטון מיט די גאלדענע קאפטן און מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד המאורע. אויפן אויבן אן זענען געווען אנוועזנד פילע אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחת התורה, האחים האדמורי"ם מוויזניץ פון ירושלים און בית שמש, הגה"צ אב"ד סערט ויזניץ ירושלים און זיינע שוואגער'ס הגה"צ ר' מאיר כ"ץ ראה"כ ש"ס רמת ויזניץ חיפה און הגה"צ ר' אהרן אלי' פעלדמאן, האדמורי"ם מאנטוניא, און קאמארנא, הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח אין די קינדער בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מבעלזא, הגה"צ ר' וועלוויל און הגה"צ ר' אליעזר ארנסטר שליט"א, הגה"צ אב"ד בראשוב, הרה''ג רבי ארי' ווייס דומ''ץ ויזניץ לאנדאן, הרה''ג רבי שמואל לוריא דומ''ץ וויז'ניץ אנטווערפען און נאך חשובע רבנים ודייני קהילות ויזניץ ברחבי תבל.


דורכאויס די מעמד האט די ויזניצע קאפעליע מהנה געווען בשירה וזמרה, מען האט געזינגען א נייע ניגון שישו ושמחו וואס איז פארפאסט געווארן ספעציעל לכבוד די מעמד דורך דער בעל מנגן לבית ויזניץ הרב יעקב יודא דאסקאל. גאר פאכמאנישע חרוזים איז געזינגען געווארן אין גראמען דורך בדחנא דמלכא הרב פנחס גרינפעלד אינאיינעם מיטן בעל מנגן ר' מוטי שטיינמעץ אין באגלייטונג פון די חברי המקהלה, וואו זיי האבן הפלא'דיג געשילדערט די עבודת הקודש פונעם רבי'ן דער ישועות משה צוטיילט לויט די תקופות השנה.


הרה"ג ר' יעקב דוד שרייבער ראש כולל ויזניץ האט אויפגעטרעטן אלס יושב ראש, בחרדת קודש האט מען זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פונעם רעיא מהימנא מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער האט קרוב צו א האלבע שעה ארומגערעדט מיט זעלטענע געגועים און התרגשות צו זיין הייליגער טאטע דער רבי זצ"ל, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מורא'דיגע אהבת התורה פונעם רבי'ן זצ"ל, און זיך אויסגעדרוקט "איך דארף נישט זאגן ווער ער איז געווען, ער איז געווען תורה'דיג פון קאפ ביז פיס, ממש אזוי אן קיין גוזמאות, ער איז געלעגן אין תורה, און מקיים געווען יעדע איינציגע מצוה בדחילו ורחימו מיט אן התעוררות'דיגן לשם יחוד, ער איז געווען איבערגעגעבן כל כולו פאר די תורה הקדושה פארן באשעפער'ס וועגן!"


דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי שטארק דער רבי זצ"ל האט זיך אפגעגעבן פאר די חסידים, און אריינגעברענגט א ריכטיגע אהבת התורה אין די תלמידים. מ'דארף זיך אפלערנען דערפון, און פרובירן נאכצוגיין אין זיינע הייליגע דרכים.


צום שלוס האט דער רבי פראקלאמירט אז ער וויל איינפירן א נייעם סדר לימוד פאר אלע ויזניצע חסידים איבער די וועלט, ווי מען וועט לערנען אינאיינעם א עמוד גמרא יעדן טאג און עס איבערחזר'ן, ווי עס איז שוין איינגעפירט אין פילע אנדערע מקומות. דערנאך האט אויפגעטראטן מיטן משא המעמד דעם אורח הכבוד הרה"ג ר' פנחס שנעעבאלג ראש ישיבת וויזניץ לאנדאן, דאן האט גערעדט הרה"ג ר' יעקב מאיר שטערן דומ"ץ קרית ויזניץ בני ברק איבער די חשיבות פון א נייע ספר תורה, בפרט ווען עס איז געשריבן געווארן דורך אלע חסידים אינאיינעם.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברי ברכה פונעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט''א, וועלכער האט דערציילט גאר שיינע סיפורים ועובדות פון זיין גרויסן פעטער דער רבי דער ישועות משה, מיט זיין פעלזן פעסטע קשר צו די הייליגע תורה. און די געוואלדיגע השפעות וואס מ'קען יעצט ערהאלטן, ווי עס שטייט ביום חתונתו זה מתן תורה, קומט דאך אויס אז די פריערדיגע צדיקים זענען יעצט דא מיט אונז.


צום סוף פונעם מעמד זענען אלע געסט אריבער שלום נעמען ביים רבי'ן, און די ציבור חסידים האבן ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ריקודין, זיך נישט קענענדיג געזעגענען פון דעם געהויבענעם מעמד נשגב, וואס וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן ביי די וואס האבן דאס מיטגעלעבט.



bottom of page