top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הוקרה ביי האד' מפשעווארסק לכבוד הנגיד ר' יואל לאנדא צום קנין זכות שם המקוה טהרה דקהל מחזיקי הדת אנטווערפן

עודכן: 18 במרץ

דינסטאג פ' ויקהל • י"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


אן אייגנארטיגער מעמד הוקרה און מסיבת לחיים איז לעצטע וואך אפגעראכטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין שטאט אנטווערפן, לכבודו פונעם וועלט-בארימטן שר הצדקות והחסד הנגיד ר' יואל לאנדא פון ניו יארק, וועלכער האט בייגעשטייערט א פילאנטראפישע נדבה פון קרוב צו 2 מיליאן דאלאר, פאר די נייע מקוה טהרה דקהל מחזיקי הדת אין אנטווערפן.


דער נגיד ר' יואל איז געווען צוגאסט אין אנטווערפן לרגל די שמחת החתונה בחצר הקודש פשעווארסק, וואו דער נגיד איז געווען א קרוב משפחה מצד החתן, און האט בטוב לבו הזהב אפגעקויפט דעם זכות שם המקוה, לזכר נשמתו פון די חשוב'ע רביצין שרה בריעף ע"ה, טאכטער פון יבלחט"א פשעווארסקער רבי'ן שליט"א, און לאות הוקרה האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים בליל יום החופה פון די באליבטע אייניקל, טאכטער פון די רביצין בריעף ע"ה.


דער מסיבת לחיים איז צוגלייך באשיינט געווארן דורך הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א, ובית דינו הצדק, הרבנים הגאונים שליט"א חברי קהל מחזיקי הדת, וואס זענען אריבערגעקומען באשיינען די מסיבה לכבודו פונעם נדיב ובונה טהרה.


עס האט זיך אנטוויקלט שיינע שמועסן צווישן דעם רבי'ן מיט די רבני הקהלה, און באזונדער האט מען געקוואלן פון די רייכע אריגינעלע זכרונות פארציילט דורכ'ן זיידן פונעם נדיב, הרבני הישיש ר' יחזקאל שטיין שליט"א משב"ק ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז געווען א זיידע ביי די שמחת בית פשעווארסק, וועלכער האט געשילדערט די אויטענטישע זכרונות מקודש פנימה ביים סאטמארער רבי'ן זי"ע.


דער פשעווארסקער רבי'ן שליט"א האט דערביי געשאנקען פאר'ן נדבן ר' יואל זיין אייגענעם בעכער, אין וואס ער מאכט קידוש די לעצטע עטליכע יאר, און דערויף האט דער רבי אין א זעלטענע ערשטמאליגע שריט ארויס מגדרו, און גע'חתמ'ט אויפ'ן שטר הסכם צווישן די הנהלת המקוה ורבני קהל מחזיקי הדת מיט'ן נדיב, וואס קויפט אפ דעם זכות שם המקוה לע"נ דעם רבי'נס טאכטער.


דער נדיב האט דערביי געשאנקען פאר'ן רבי'ן שליט"א דעם נייעם ספר "כתבי יואל" וואס ענטהאלט א רייכע שלל פון די הייליגע תורות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אריגינעל מעתיק געווען פון די כתבי יד קדשו, און איז נארוואס ארויס לאור עולם דורכ'ן נדיב ר' יואל, און ס'האט זיך דערביי אנטוויקלט א שיחת הוד ארום די תורות פונעם רבי'ן זי"ע וספריו הקדושים.


נאכ'ן מעמד איז דער רבי ארויס צום דאווען-שטוב בביתו נאוה קודש, וואו ס'איז פארגעקומען דער מעמד "כתיבת האותיות" אין די נייע ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די אלוועלטליכע ארגון "נקדישך" וואס ווערט פינאנצירט און אנגעפירט דורכ'ן נדיב ר' יואל, וואס האט זוכה געווען צו מאכן א הייליגע מהפכה בכל תפוצות ישראל איבער מורא מקדש און קדושת ביהמ"ד.


דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אן אות אינעם נייעם ספר, און דאן האט אויפגעטרעטן דעם רבי'נס איידעם הרה"צ ר' שלום אלימלך האלבערשטאם וואס האט משבח געווען די פעולות נשגבות דורך די נקדישך ארגאניזאציע און די געוואלדיגע תוצאות וואס דאס ברענגט אין אלע הינזיכטן פון קדושת ביהמ"ד. צום שלוס האט דער רבי שליט"א גאר ווארעם געוואונטשן פאר ר' יואל, אז די אלע זכותים פון הרמת עמוד התפלה זאל אים ביישטיין בכל מילי דמיטב.

Comentários


bottom of page