top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערהאבענע "‬חומש‭ ‬סעודה"‬ פון‭ ‬מוסדות‭ ‬סאטמאר‭ ‬בארא‭ ‬פארק‭ ‬פארגעקומען אין‭ ‬ביהמ‭"‬ד‭ ‬הגדול‭ ‬דקהל‭ ‬יטב‭ ‬לב‭ ‬דסאטמאר‭ ‬ב‭"‬פ

  • Bechatzros admin
  • 11 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 12 ביוני

מאנטאג פ' בהעלתך • י''ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

די וואך זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רבי האט באשיינט די פראכטפולע חומש סעודה דורך די טייערע צאן קדשים, די תינוקות של בית רבן אין כיתה א' אין תלמוד תורה סאטמאר אין בארא פּארק, לרגל וואס זיי זענען זוכה צו גרייכן דעם בן חמש למקרא און הייבן אן בעז"ה צו לערנען חומש.


אַנדערש‭ ‬ווי‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬פריערדיגע‭ ‬יאָרן‭ ‬וואס‭ ‬מ‭'‬פלעגט‭ ‬פּראווען‭ ‬די‭ ‬חומש‭ ‬סעודה‭ ‬אין‭ ‬גרויסן‭ ‬היכל‭ ‬פונעם‭ ‬‬בית‭ ‬המדרש‭ ‬הגדול‭ ‬דסאטמאר‭ ‬ב‭.‬פּ‭. ‬האָט‭ ‬מען‭ ‬היי‭ ‬יאָר‭, ‬צוליב‭ ‬דעם‭ ‬גרויסן‭ ‬צופלוס‭ ‬פון‭ ‬קינדער‭ ‬בליעה‭"‬ר‭, ‬און‭ ‬כדי‭ ‬נישט‭ ‬צו‭ ‬שטערן‭ ‬די‭ ‬סדרי‭ ‬הכולל‭ ‬אין‭ ‬ביהמ‭"‬ד, ‬געפּראַוועט‭ ‬די‭ ‬גרויסאַרטיגע‭ ‬חומש‭ ‬סעודה‭ ‬אינעם‭ ‬ריזיגן‭ ‬בנין‭ ‬פונעם‭ ‬נייעם‭ ‬בית‭ ‬רחל‭ ‬וואס‭ ‬מ‭'‬האט‭ ‬נישט לאנג צוריק זוכה‭ ‬געווען‭ ‬צו‭ ‬פארענדיגן‭.‬


אויפן ‬בימת‭ ‬הכבוד‭ ‬האבן זיך אנגעזעהן ‬פילצאליגע‭ ‬רבנים‭ ‬חשובים, ‬אַריינגערעכנט‭ ‬פילע‭ ‬גדולי‭ ‬רבני‭ ‬העיר‭ ‬בארא‭ ‬פּארק‭, ‬זיידעס‭ ‬פון‭ ‬די‭ ‬חתני‭ ‬התורה‭, ‬אין‭ ‬שפּיץ‭ ‬פונעם רבי'ן ‬‬שליט‭"‬א‭ ‬נשיא‭ ‬המוסדות.


די‭ ‬קינדער‭ ‬האבן‭ ‬מיט‭ ‬אַ‭ ‬נעימות‭ ‬פארגעזאגט די פסוקים‭ ‬פון‭ ‬חומש‭ ‬ויקרא און געזונגען פאסיגע ניגונים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער מנהל‭ ‬הר‭"‬ר‭ ‬יוסף‭ ‬מאיר‭ ‬מייזליש‭ ‬שליט‭"‬א זיך‭ ‬אויפגעשטעלט‭ ‬רעדן‭ ‬און‭ ‬באגריסן‭ ‬די‭ ‬רבנים‭, ‬זיידעס‭ ‬און‭ ‬עלטער‭ ‬זיידעס. צום‭ ‬שלוס‭ ‬פונעם מעמד האָט‭ ‬כ‭"‬ק אדמו"ר מסאטמאר ‬שליט‭"‬א‭ ‬געוואונטשן‭ ‬לחיים‭ ‬און‭ ‬געטיילט‭ ‬די‭ ‬תהלים‭'‬לעך‭ ‬פאַר‭ ‬די‭ ‬חתני‭ ‬התורה‭.


Comentários


bottom of page