זונטאג פ' נשא א' - א' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
תלמידי וחסידי סאטמאר אין בני ברק גרייטן זיך בהכנה דרבה מקבל פנים צו זיין דעם חשובן גאסט הגה''צ רבי חיים הערש טייטלבוים אב''ד סיגוט בנו יקירו פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועלכע וועט קומען צו פארן קיין ארץ ישראל בשליחות הקודש פון אביו הגדול, ווי דער חשובער אורח וועט פראווען דעם יו''ט שבועות בקרב עדת חסידי סאטמאר אין בני ברק אין אפרעכטן אלע תפילות ברוב עם הדרת מלך אין שיכון סאטמאר אין בני ברק.
דורכאויס דעם באזוך פונעם סיגוט'ער רב אין ארץ ישראל וועט ער באזוכן אין די מוסדות אין די כוללים אין בדברי פי חכם חן אויפגעטרעטן פאר יעדע יארגאנג פון די חברי הקהילה באזונדער מיט עקסטערע דרשות חיזוק והדרכה.
Коментарі