קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- Bechatzros admin
- 16 ביוני
- זמן קריאה 6 דקות
עודכן: 16 ביוני

דאנערשטאג פ' בהעלתך • ט''ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
שיין בילד פון האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים אויף די ירושלימער גאסן כאחד האדם.

הרה"ח ר' מרדכי דוד שנייד הי"ו משב"ק האדמו"ר מבאיאן בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא לכבוד די חתונה פון בנו החתן.

די דריי שוועסטער קינדער הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ, הרה"צ רבי ברוך קארנרייך בנו הגדול פון האדמו"ר מקאסוב וויזניץ און הרה"צ רבי ברוך שפיטץ בנו הגדול פון גאב"ד סערט וויזניץ לעיקוואד און א טאנץ ביים חתונה די וואך בחצה"ק קאסוב וויזניץ.

הגה''צ רבי אהרן קאהן אבד''ק תולדות אהרן מאנסי 'א האט 'קרישקעס' באמערקט אין א באגעגעניש מיט הגה''צ רבי דוד שלמה ראזנבוים אבד''ק קרעטשניף י-ם ארויסקומענדיג פון א באזוך ביים פעטער האדמו"ר מביאלא בני ברק.

האדמו"ר מפינסק קארלין באזוכט ביי ידידו ורעו הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק ומגדולי מחזירי התשובה בודרנו, אפצייכנענדיג פינעף און פופציג יאהר פון זיין התמנות אלס רב אין מגדל העמק, ווערט געזעהן העסקן הרב שמחה קרקובסקי משב"ק אדמור"י בית לעלוב.

הגאון רבי מלכיאל קאטלער און הגאון רבי ירוחום אולשין ראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד געזעגענען זיך פון הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א איידערן אהיימפארן קיין ארץ ישראל, נאכן באשיינען דעם מעמד אדיר "אדירי התורה".

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם איז מתפלל אויפן ציון פון זיין פאטער הרה"ח ר' יעקב מנחם מארגנשטערן ע"ה אויפן הר הזיתים אין טאג פונעם יארצייט.

הנגיד ר' יהושע הערש פריעדמאן רעדאקטאר פון דער "דער איד" אין א שמועס די וואך מיט הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

ר' יענקי פריעד אייגנטומער פון די שם טוב שטריימלעך פירמע ביים אריינטראגן א נייעם שטריימל צו מורו ורבו האדמו"ר מבעלזא לרגל השמחה במעונו.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ביים אפשרייבן א קוויטל בעפארן אריינגיין בקודש פנימה צום פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.

האדמו"ר מסטריקוב ירושלים באזוכט ביי שאר בשרו הגאו הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א ראש ישיבת סלאבאדקע נו"נ לצדיקי בית סטריקוב, לרגל השמחה במעונו.

הרבני הנגיד ר' ראובן וואלף הי"ו נשיא קרן עולם התורה בקודש פנימה ביי האדמו"ר מגור נאך איינע פון די מסיבות די וואך לטובת די קרן התורה דחסידי גור.

תלמידי ישיבץ תורת ישראל פארשעי באזוכן ביי האדמו"ר מקאסאן אין לינדען וואו דער רבי האט איבערגעגעבן א שיחת חיזוק פאר די בחורי חמד.

הגאון רבי אברהם אייזן גאב"ד פאזנא באזוכט במעונו פון הגאון רבי יצחק שאול קנייבסקי שליט"א אינעם נאסטאלגישן הויז פון זיין פאטער דער שר התורה.

האדמו"ר רבי איטשע מאיר מארגנשטערן מתורת חכם ביים שמחת הווארט פון נאמן ביתו החתן יואל וויינגארטן הי"ו אין ירושלים.

האדמו"ר מליסקא באגריסט זיך מיט הגה"צ אב"ד סאטמאר-וומסב"ג שליט"א ביי די שבע ברכות פון נכד העסקן הנגיד הרב בנימין בארבער הי"ו.

האדמו"ר מקראלי ביי די ברית פונעם ערשטן איר אייניקל, ביים זיך וואונטשן מזל טוב דורכ'ן טעלעפאון מיט מחותנו האדמו"ר מזעליחוב פון ארה"ק.

העפטיגע רענאוואציע ארבעט אינעם ביהמ"ד שפע חיים דחסידי צאנז אין לעיקוואד, אין פולסטן טעמפא צו קענען זיין גרייט צום באזוך פון האדמו"ר מצאנז די קומענדיגע וואך.
א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ביים חומש סעודה די וואך פאר די ילדי כיתה א' אין תלמוד תורה באבוב לינדען ווען כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א האט באמערקט הרה''ח הישיש ר' משה מאיר איינהארן לאויט''א מזקני חסידי באבוב צווישן די משתתפים ביים חומש סעודה, דער רב האט זיך אויפגעשטעלט מקיים צו זיין דעם 'מפני שיבה תקום והדרת פני זקן' און איז אראפ פונעם בימת הכבוד און צוגעגאנגען געבן שלום פאר ר' משה מאיר שיחי'.

הרה"צ רבי שריהו יונה טווערסקי שליט"א מטריסק מאנטריאל ביי א לחיים אין די לאקאלע חב"ד שוהל אין וויניפעג נאכן מתפלל זיין ביים ציון פונעם פועל ישועות הרה"ק רבי שמואל אבא ממקארוב זצ"ל וואס ליגט דארט באערדיגט.
הויפענעס רעקארדער אפאראטן ביי א שיעור כללי די וואך דורך הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א אין איינע פון די לעיקוואד'ע ישיבות.

הרב בנציון שטאנגער משב"ק האדמו"ר מוויזניץ האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אין לאנדאן ביי די חתונה פון החתן זוהן פונעם לעגענדארע וויזניצער עסקן ר' אלי' גאטעסמאן הי"ו. ווערט געזעהן שלוחי דרבנן העסקן הרב יעקב טעסלער און נאך עסקני וויזניץ פון איבער די וועלט.

דער מייסטער סטראטעגיסט ר' שלמה שטיינמעץ הי"ו פן פיוואט מארקעטינג ביים אנפירן די סוקסעספולע מעמד "אדירי התורה" די וואך.

האדמו"ר מטאהש איז מתפלל ביים ציון הק' פון אביו הרה"ק מטאהש זי"ע איינער אליין מעתיר צו זיין בדבר ישועה ורחמים לישועת הכלל והפרט.
האדמו"ר מבאסטאן ביתר אין א באגעגעניש ביים כותל המערבי מיט הגאון רבי חיים עוזר שטערנבוך בנו חביבו און יד ימינו פונעם פוסק הדור.

ביים שמחת החתונה די וואך בחצר הקודש סקאליע מערקט 'קרישקעס' העסקן ר' חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו ביים אפגעבן ברכת מזל טוב פארן מחותן האדמו"ר מסקאליע.

חסיד המתחסד: הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא ביים אנגרייטן דעם שולחן מלכים פון רבו האדמו"ר מגור ביים מסיבה לטובת די קרן התורה ד'גור וואס ער האט אפגעהאלטן אין זיין שטוב אין פלעטבוש.

וויליאמסבורגער גאסן באהאנגען מיט טאוולען אלס הכנה דרבה צום גראנדיעזן סיום והתחלת הש"ס דורך חבורת "תורתך שעשועי" ד'סאטמאר.

הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע געזעגענט זיך פון מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא בעפאר זיין רייזע קיין אמעריקא אין בעפארברייטונג צום היסטארישן מסע הגדולים די קומענדיגע וואך.
הרבני הנגיד ר' שמואל דוד הערצאג הי"ו פון די אייגנטומער פון די בארימטער 'קדם' וויין פירמע בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א.

די ברודער האדמו"ר מלעלבו און המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן באטראכטן א פרוכות פונעם יוד הק' מפרשיסחא וואס איז שפעטער אריבער צום רבי ר' בונם מפשיסחא און דערנאך צום שרף פון קאצק זי"ע, מעזבונו פון הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע.

ביתו נאווה קודש פון האדמו:ר מבעלזא מלכות'דיג באצירט לכבוד די חתונה הגדולה די וואך.

בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסקווירא האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט דער מעיאר קאנדידאט שענלי וויטעל וואס לויפט צו געוויזן דעם אמט אין די ספירנג וואלי אומגעגענט וואס נעמט אריין שיכון סקווירא.

ביים אנגרייטן דעם העליכן חופה לכבוד יום טוב שבועות אויפן באלעמער אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.

פוסק בא לעיר: הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק, וועלכער איז געווען צוגאסט אין ניו יארק, ווערט געזען ארויסקומען פונעם נייעם מבצר לתורה ולתפילה היכל אור החיים אין וויליאמסבורג.

הולך תמים ופועל צד"ק: העסקן ר' משה מארגרעטן הי"ו פון צדק ביים אפגעבן מזל טוב פאר הגה"צ המפורסם רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק ביי די חתונה פון אן אייניקל, וועלכע שטייען ארבייטן האנט ביי האנט למען המצפים לזש"ק.

האדמו"ר מפשעווארסק דרוקט אויס התרגשות צום ערשיינונג פונעם נייעם ספר הקדוש כתבי יואל, ערהאלטן דורך הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א מפטרוני המערכת.

הגאון רבי אפרים וואקסמאן ראש ישיבת מאור יצחק אין א שמועס מיט זיין איידעם הרה"ג רבי ישראל פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת עמלה של תורה ביי א רייכע דיננער די וואך לטובת ישיבת עמלה של תורה וואו דער ראש הישיבה האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד.

דער בעל מנגן ר' צאלי גאלד הי"ו מראשי המשוררים בחצה"ק סאטמאר ביים מהנה זיין מגרונו ביים הכנסת ספר תורה די וואך אין די המספיק רעזארט אין די קאנטרי בראשות האדמו"ר מסאטמאר.
איינדרוקספולע רשימה מיט נעמען פון צענדליגער פראמינענטע אדמורי"ם רבנים ודיינים, זיידעס און עלטער-זיידעס פון די 'חתני התורה' ביים חומש סעודה איןמוסדות סאטמאר בארא פארק.

אב ובנו: האד' מסאטמאר שפאצירט אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג ארום דעם בנין החדש פון ישיבת "דרך התורה" דסאטמאר אין קארנוואל ניו יארק.

מִידֵ"י אֲבִיר יַעֲקֹב: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א וואונטשט אן ליבליך פאר בנו הילד נ"י ביים חומש סעודה די וואך אין מוסדות סאטמאר בארא פארק.

א רירענד בילד פונעם מעמד אדיר "אדירי התורה" וואו די גדולי ראשי הישיבה האבן זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט א יתום, זוהן פון הרה"ג ר׳ ברוך בער זעמבא ז"ל, א ראש החבורה אין בית מדרש גבוה, וועלכער איז ליידער פארשוועמט געווארן נאכן פראבירן צו ראטעווען זיינע קינדער, און דער סיום הש"ס ביים מעמד איז געוועהן געווידמעט לעילוי נשמתו.

האדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש איז שופך שיח ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי זייענדיגע צוגאסט אין ארץ ישראל.

דער בארימטער שריפשטעלער ר' מענדל אונגאר פון די מאמענט מאגעזין 'אויף דער סצענע' ביים ריזן מעמד אדירי התורה.

דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ארי פריינד ביים פאראייביגן די היסטארישע מאמענטן ביים חנוכת הבית פונעם נייעם בנין התלמוד תורה אמרי אמת אין בארא פארק.
הערליכע שער ביים ביהמ"ד הגדול צאנז זוועהיל אין יוניאן סיטי באצירט לכבוד די חתונה במעונו פון האדמו"ר מצאנז זוועהיל.

בפילפולא דאורייתא: בני תורה אין לעיקוואד זענען זיך משתשע אין לערנען מיט הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א בעת זיין באזוך די וואך אין לעיקוואד.

האדמו"ר מלויצק באזוכט ביים פעטער דער זקן ראשי הישיבות הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א לכבוד די חתונה פון החתן בנו הצעיר די קומעמדיגע וואך. דער ראש הישיבה איז א שוואגער מיטן רבינס שווער האדמו"ר מאלכנסדר.

דער בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט הי"ו ביים משמח זיין ביים חתונה די וואך פון א אייניקל ביי רבו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.

באחנטע ירושלימער קינדערליך ביים שמחת החתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק די וואך.

האדמו"ר מסקווירא ביים פארטיילן חומשים פאר די חתני המקרא ילדי כתה א' אין תלמוד תורה דשיכון סקווירא.
האדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש ווארט אריינצוגיין אל הקודש פנימה צו האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין די פריע פארטאגס שעהן פון מוצאי שבת וואו דער רבי האט זיך צוגעזעצט צום מלוה מלכה מיט די ראחמיסטריווקא חבריא.

דער ספרדישער רב פון בני ברק הגאון רבי מסעוד בן שמעון באזוכט ביי האדמו"ר מצאנז.

גערער חסידים ביים אפווארטן רבם ומאורם האדמו"ר מגור אין די טעטעבארא עירפארט דעם זונטאג פארטאגס.

די פאליציי קאמיסאר אין ירושלים אינאיינעם מיט הרב אריה דרעי פארזיצער פון די ש"ס פארטיי אויף א זיצונג במעונו פונעם ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א נאך די שוידערליכע אינצידענט ווען א פארשוין האט אונטערגעצינדן דעם אור חביב שול אין ירושלים בנשיאותו פונעם גאון.

פערזענליכע הזמנה פון האדמו"ר מצאנז זוועהיל וואו דער רבי לאדענט אנשי שלומו צו די חתונה די וואך פון בתו הכלה.

א ברכת מזל טוב לכבוד החתן מאיר יצחק פישער ני"ו משב"ק האדמו"ר מטאהש לרגל שמחת נישואי למזל טוב.








תגובות