געהויבענע טעג אין ארה"ק ביי קורצן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני 10 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' פנחס • כ''א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, שלומי טריכטער, JDN
הונדערטער אידן אין ירושלים האבן פאריגן שבת קודש פרשת בלק זיך מסתופף געווען בצל קדשו פונעם געהויבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א פון בארא פארק, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט אין ארץ ישראל לכבוד די חתונה פון פון נכדו החתן א זון פון בנו הגה"צ רבי אלטר מנשה לייפער שליט"א אבד"ק נדבורנא וויליאמסבורג, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' ארי' האגער שליט"א אדמו"ר מאנטוניא הארדענקא, די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן אין די זאלן פון ארמונות פרידמאן אין בני ברק, וואו א שיינעם ציבור חסידים האבן מיטגעהאלטן די שמחה, צווישן זיי זענען געוועהן מערערע אדמור"ים ורבנים: האדמור"ים ממחנובקא בעלזא, סלאנים, קאליש און נאך.
אויף שבת האט דער רבי געוויילט אין עיה"ק ירושלים. די אכסניא איז געוועהן אין שטוב פון הרה"ג בנש"ק ר' שלום רוטנער שליט"א משפיע ישיבת ראחמיסטריווקא. דורכאויס שבת האט דער רבי געדאווענט אלע תפילות בבית מדרשו פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ירושלים, וועלכע האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן מיט אלע כיבודים כנהוג בבית נדבורנא. פרייטאג צונאכטס האט דער רבי אפגעראכטן דעם שולחן הטהור בבית האכסניא וואו מען האט געזינגען זמירות שירות ותשבחות ביז די פריע פארטאגס שעהן און דער רבי האט ארומגעשמועסט מיטן עולם זכרונות פון זיינע גרויסע רבי'ס הרה"ק מסאטמאר זי"ע און הגאון האדיר רבי אהרן קאטלער זצ"ל ביי וועם דער רבי איז נאך געוועהן א תלמיד אין די לעיקוואדער ישיבה.
שלש סעודות האט דער רבי געפראוועט אין ווערדאנער ביהמ"ד וואו דער רבי האט געזאגט תורה, מעניני דיומא אריינטרעטנדיג אין די ימי בין המצרים. אין לויף פון די וואך האט דער רבי מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים, דער כותל המערבי, קבר רחל און נאך. דינסטאג נאכמיטאג האט זיך דער רבי אהיימגעקערט לביתו נאווה קודש אין בארא פארק.





























