top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וקוי ה' יחליפו כח: האד' מערלוי ארויסגעפארן קיין זאקופאנא - פולין למנוחת הנפש

  • Bechatzros admin
  • לפני 7 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 6 ימים

דינסטאג פ' ואתחנן • י''א אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

היינט נאכמיטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א ארויסגעלאזט קיין פולין וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אינעם שטעטל זאקאפאנא אויף מנוחת הנפש, און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות צו שטארקן זיין מצב הבריאות וואס גייט ב"ה כסדר צום בעסערונג זינט דעם סטראוק וואס דער רבי שליט"א האט געליטן קרוב צו צוויי יאהר צוריק.


די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין באגלייטונג פון די בני משפחת המלוכה און וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע צוויי וואכן אינעם אפרוה רעזארט אין זאקאפאנא וואס געפונט זיך אין דרום פולין. די שבתים וועט דער רבי שליט"א פראווענען אויף א פריוואטע פארנעם בקרב המשפחה.


אזוי אויך איז פארהאן א מעגליכקייט אז דער רבי וועט מתפלל זיין ביי עטליכע מקומות הקדושים אינעם אומגעגנט לקראת די ימי הרחמים והרצון. אנהייב חודש אלול וועט זיך דער רבי שליט"א צוריק קערן למעון קדשו אין די קטמון געגנט בעיה"ק ירושלים.

Comments


bottom of page