top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


מיטוואך פ' נשא א' - ה' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

 

יום שכולו תורה • קרישקעס גרייט זיך שוין אויך צום הייליגן יו"ט שבועות ווען ווי באקאנט קומט פאר מידי שנה בשנה בחצר הקודש תולדות אהרן די הערליכע מעמד 'יום שכולו תורה', ווען דעם ריזן תולדות אהרן'ע בית המדרש אויף די מאה שערים גאס ווערט איבערגעפילט מקצה על הקצה מיט אברכים אין בעלי בתים זקנים ונערים וואס קומען אריין בין כותלי הבית מדרש זיך צו גרייטן בהכנה דרבה צום הייליגן יו"ט שבועות זמן מתן תורתנו, די יו"ט פון 'קבלת' התורה, ביים מעמד באטייליגונג זיך די רבי שליט"א זעלבסט, קרישקעס האט באמערקט פולע באקאנטע פערזענלעכקייטן אינעם היכל הבימ"ד זיצן אין הארעווען 5 שעה ברצופות.

קבלת התורה אין מעזיבוזש ביים רבי'ן פון אלע רבי'ס • נאך א צייט אפשניט וואס מען האט נישט געקענט אנקומען צום ציון הק' אינעם הייליגן שטאט מעזיבוזש אין אוקריינע וועט אבער דאס יאר יא געפראוועט ווערן דעם הייליגן יו"ט שבועות זמן מתן תורתינו יו''ט שבועות בצילו פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הק' בעצם יומא דהילולא וואס געפאלט אויס אום יו''ט שבועות ווען הינדערטער אידן זענען ערווארטעט אנצוקומען די יעצטיגע טעג איידער יו"ט, ווי עס וועט הערלעך געפראוועט ווערן דעם יו"ט מיט גרויס שמחה אין התעוררות בראשות כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א. אינעם בילד ווערט געזעהן אידן אין שטאט מעזיבוזש אין אוקריינע מאכנדיג זייערע לעצטע הכנות צום הייליגן יו"ט.

ביים הערליכן מעמד בחצר הקודש סקווירא בעת ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט אריין געגאסן די יסודות פארן לעצטן בור אינעם מקוה ביים נייעם גיגאנטישן בית מדרש דחסידי סקווירא אין שיכון, האט קרישקעס באמערקט אן אינטערסאנטע קרישקע, ווען די רבי שליט"א גיסט אריין די צעמענט פון אן הערליכן זילבערנעם טעפל, וואס האט הערליך אריינגעקריצט אין זיך די אויסשטעל פונעם דרויסדיגער חלק פונעם בית מדרש. די טעפל איז CUSTOM MADE אין איז אויך פארטיילט געווארן פאר די נגידים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובות הבניה - והנה זה לפניכם.

שמחת בית הארנסטייפל • הנחת תפילין לנכד האדמו"ר מהארנסטייפל שליט"א בן לבנו הרה"ג יעקב ישראל פריעדמאן רב בית המדרש עמק תפילה.

דער באקאנטער משפיע הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א באזוכט בקודש פנימה פון ש"ב כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א נאכן איבערגעבן א שמועס פאר די אברכים אין בחורי החסידות לקראת זמן מתן תורתינו הבעל"ט.

בקודש פנימה • אן הערליכע באזוך איז פארגעקומען די וואך בקודש פנימה פון האדמו"ר מצאנז שליט"א ווען עס איז אריינגעקומען הגה"צ אב"ד לימנוב שליט"א וואס האט געוויילט אין ארץ הקודש ווען מען האט ארום גערעדט פארשידענע אינטערסאנטע ענינים העומדים על הפרק.

ובלכתך בדרך • עס איז געווען א אינטערסאנטע קרישקע זיך צוציקוקן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ווען האדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א איז געווען אויפן וועג ארויס נאכן מתפלל זיין ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לקראת יו"ט שבועות קבלת התורה, ווי פילע בחורים תלמידי הישיבה האבן זיך צוזאם גענומען ארום דעם רבינס קאר צו הערן די דא"ח פונעם רבי'ן שליט"א אריינגייענדיג אין קאר.

עליונים ששו ותחתונים עלזו • די וואך איז פארגעקומען אן הערליכע באשיידענעם מעמד שמחת לחיים במעונו פון הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט"א ראש הישיבה לרגל הוצאת הספרים פון זיינע חידושים על מסכתות סנהדרין, מכות, ושבועות‏, ביים סוף האט זיך די רה"י אנגערופן "דאס הייסט א ריכטיגע הכנה צום הייליגן יו"ט קבלת התורה".

עליונים ששו ותחתונים עלזו • היינט מיטוואך איז פארגעקומען א שיינעם לחיים במעונו פונעם פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבאך שליט"א ראב"ד ירושלים לרגל הוצאת ספרו החדש תשובות והנהגות על חג השבועות.

בימי ההילולא • המשפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, און הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז קרית יואל, ביים מתפלל זיין באוהל אדמור"י בית וויז'ניץ לרגל די יארצייט פון הרה"ק דער אהבת ישראל מוויז'ניץ זיע"א.

עסקני התאחדות אברכים פון קהלת סאטמאר מאנסי, ביים פארענדיגן די לעצטע צוגרייטונגן צום התרוממות'דיגן שב"ק, שבת מתאחדת אינעם נייעם קעמפ מחנה רב טוב אין פיינגראוו וואס איז געפראוועט געווארן בראשות כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, ווערט געזעהן דער בארימטער עסקן ר' יצחק ברוך שפיצער.

כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א ביים עלייה לתורה ביים ציון הרשב"י אין אתרא קדישא מירון דעם וואך זונטאג ר"ח סיון, אלס בעל קורא דינט רבי נפתלי פריעדמאן - קרעדיט שלומי טריכטר.

כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א ביים שמחת החתונה פון אן אייניקל אין ארץ הקודש א טאכטער ביי בנו המנוח הרב ר' ברוך יהודה לעבאוויטש ז"ל.

מרגש • די וואך מאנטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן הערליכן מעמד שמחת הבר מצוה פאר די איבער 60 יתומים פון ארגון 'זה לזה' מיט די פערזענדליכע באטייליגונג פון פילע אדמורים ורבנים וראשי ישיבות צווישן זיי האדמורי"ם מבאיאן, מחנובקא בעלזא, זוועהיל, גאב"ד זוועהיל, דאראג, זוטשקא, קארלין סטאלין, הרב חיים שטערן שליט"א דומ"ץ וויז'ניץ אין נאך. ווערט געזעהן הרב הגר"ד יוסף שליט"א ביים בענטשן מיט סבלנות די יתומים ביים מעמד שמחת הבר מצוה.

יתומים היינו ויש אב • ביים שמחת הבר מצוה איז פארגעקומען א מעמד אמירת 'קדיש' פון די 60 יתומים פון ארגון 'זה לזה' - והנה זה לפניכם.

מירון • אין די טעג נאכן הילולא אין אתרא קדישא מירון איז אראפגענומען געווארן די גדר בחצר הציון הק' ווי די בעלי מנגנים שטייען מהנה זיין דעם ציבור בימי ההילולא.

כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א ביים ספירה ציילן בהיכל בית מדרשו פונעם ברידער דער דעעש וומס"ב רבי שליט"א ווי די רבי'ס זענען געזעסן שבעה ע"פ אמם הרבנית ע"ה.

כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אויפן וועג ארויס נאכן דינען אלס סידור קידושין ביי א שמחת החתונה פון איינע פון די חסידים אין בני ברק.

כאחד האדם • כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א ביים דינער לטובת כולל חיבת ירושלים אין בארא פארק.

כאחד האדם באשמורת הבוקר • ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א שפאצירענדיג מיטן משב"ק אין די פארטאג'ס שעה'ן ווארטענדיג ארובערצוגיין די רויטע לייט.

כ"ק אדמו"ר מליעזש שליט"א באזיכט די בוי ארבעט אינעם מקוה אין בית מדרש ספינקא מאנסי אינאיינעם מיט האדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א.

שישו ושמחו בשמחת תורה • די גאסן פון קרית וויז'ניץ זענען הערלעך באצירט געווארן מיט שיינע לעמפעלעך לכבודו של תורה פארענט פון דעם צענטראלער בית מדרש 'בית וויז'ניץ' לקראת די גרויסער שמחת הכנסת ספר תורה לזכרו פון משה רעיא מהימנא דער רבי די ישועות משה זיע"א, לקראת חג השבועות זענען ערווארטעט צו קומען טויזענטער חסידים ואנשי מעשה מכל קצווי תבל זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש פון רבם ומארם מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.

מכתב ברכה פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ בארא פארק שליט"א צום מעמד כבוד התורה אין שיכון ויז'ניץ.

כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ב"פ שליט"א ביים זיך משתתף זיין ביים סעודת מצווה לגמרה של תורה נאכן שמחת הכנסת ספר תורה צום בית המדרש מעליץ אין בארא פארק.

אין אנדערע נייעס האט די וואך באזוכט במעונו פון כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ב"פ שליט"א דער ליובאוויטשער עסקן הרב אלי סלאווין פון קראון הייטס, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, צווישן זיי האט די רבי שליט"א דערציילט אז זקינו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזשניץ זיע"א בעת ווען ער איז אנטלאפן בשעת די מלחמה יארן האט ער אלס גענומען מיט זיך דריי ספרים אין איינס פון זיי איז אלעמאל געווען די ספה"ק תניא.

כ"ק אדמו"ר ממודזי'ץ שליט"א קוקט מיט התפעלות אויף די בענד פון ש"ס המהודר - "ש"ס פומפדיתא", וואס איז ארויס אין די לעצטערע טעג דורך הנגיד רבי רונן גנון. דער רבי האט אים אנגעווינטשן מיט ברכת קדשו אין אזוי אויך פארן יו"ר המכון הרב אליהו גליק, שיזכו שזכות התורה תעמוד להם בזה ובבא.

נעבן טבריה, אין עיר הקודש צפת, האט קרישקעס געזעהן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א עולה זיין לתורה מיטן ספרדישן ספר תורה אין בית הכנסת אלקבץ.

קרישקעס האט באמערקט אין אן אינטערסאנטער באגעגעניש היינט צווישן די צוויי ברידער המשפיעים המפרוסמים הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אין הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א ביים בקבר פון שמעון הצדיק אין ירושלים - קרעדיט שלומי טריכטר.

ביים ריזן שמחת הכנסת ספר תורה צום בית מדרש מאקאווא האט קרישקעס אויך באמערקט צווישן אנדערע הרב מאיר פרוש זיך מיטפרייען מיטן גרויסן שמחת התורה.

ערב מתן תורה האט קרישקעס באמערקט ביים יום שכולו תורה בחצר הקודש באיאן אפילו דער משב"ק פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א הרב ר' מרדכי דוד שנייד זיך צוגרייטן צום הייליגן יו"ט שבועות 'קבלת' התורה, זיצן ביי א שטענדער מיט א גמרא אינעם קלויז הגדול דחסידי באיאן.

הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א ביי א שמחה די וואך בבית הרה"ח המפורסם ר' יוסל וואלדמאן פון קרית יואל.

הגאון ר' משה ברנסדורפר שליט"א גאב"ד היכל הוראה ביים איבער קוקן די מקוה אינעם קרסטה האטעל אין דאבוס.

שמעו דבר ה' • כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן משמיע געווען דברות קודש פאר די תלמידי המתיבתא בהיכל מתיבתא סניף ברך משה אין קרית יואל. קרישקעס האט באמערקט ווי די הינדערטער בחורי חמד צוגייען זיך נאכן רבי'נס דרשה קרעדיט: סאטמאר'ע נייעס.

הגאון רבי אשר דויטש שליט"א פון די ראשי ישיבות אין די בארימטער פאנאוויטשער ישיבה איז ל"ע דיאגנאזירט געווארן מיט א מחלה ל"ע. ווען די בשורה איז צושפרייט געווארן בין כותלי הישיבה האבן די בחורים וועלכע האבן געהאלטן אינמיטן נאכט סדר מפסיק געווען מיט די לימודים - וואס ווי באקאנט געשעהט נישט אזא זאך מידי יום ביומו, ניטאמאל א קאווע גייט מען מאכן אינמיטן לערנען - און אנגעהויבן זאגן תהילים פאר א לענגערע וויילע לרפואתו פונעם ראש ישיבה, הגאון רבי אשר בן לאה לרפו"ש. לויט ווי די שטוב מענטשן געבן איבער זענען די דאקטוירים אפטימיסטיש אויפן מצב בעז"ה אבער דער ראש ישיבה וועט דארפן אריבער גיין באהאנדלונגען פאר די קומענדיגע טעג.

דער באקאנטער בעל מנגן יואלי דיקמאן ביים מקבל זיין ברכת הקדש פון כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א ביים שמחת החתונה אין ירושלים עיה"ק.

פיבערהאפטוגע הכנות אינעם אינטער ערדישע היכל השלחנות וואס איז צוגעגרייט געווארן אין שיכון סאטמאר אין ירושלים לקראת יו"ט שבועות הבעל"ט ווי הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וועט אפרעכטן דעם יו"ט שבועות בקרב קהילתו אין ירושלים - קרעדיט מושי ויסברג.

ווערט געזעהן די צענדליגע חלות גרייט פאר די עריכת השלחנות דורך כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א דעם יו"ט שבועות.

כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א ביים זיך משתתף זיין ביים שמחת החתונה לבן העסקן הדגול משמח אלוקים ואנשים ר' יונתן שווארץ הי"ו.

לִלְמֹד וּלְלַמֵּד לִשְׁמֹר וְלַעֲשׂוֹת וּלְקַיֵּם • דעם פארלאפענעם ערב ראש חודש סיון העעל"ט וואס איז א זמן המסוגל להתפלל על הצלחת הילדים בלימוד התורה הקדושה האט הרב מאיר מאזוז שליט"א זיך געזעצט תכלית מיט אן אייניקל לערנען.

האדמו"ר מספינקא פון דונולו וואס וויילט אין די לעצטערע טעג אין ניו יארק, דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג ביי א מסיבה לטובות מוסדותיו אין שטאט מאנסי.

שטייענדיג עטליכע חדשים צו ראש השנה בעת אוקריינע איז נאכאלס אינעם קריגס צושטאנד, זענען טויזענטער אידן באזארגט אויף די לאגיסטישע מעגליכקייטן צו קענען טראנספארטירן א גרעסערער ציבור פון צענדליגער טויזנטער ברסלב'ער חסידים קיין אוקריינע, נאכדעם וואס עטליכע לופטליניעס מיט וועלכע דער ציבור האט זיך באנוצט אין די פארגאנגענע יארן זענען שוין אינצווישן אונטערגעגאנגען.

מי כעמך ישראל • דער בארימטער 'צדק' ארגענעזאציע וואס האט אין די לעצטערע טעג אינטערגענומען א מאסיווער 'מהפיכה' קאמפיין וואס וועט לאביאירן פאר קינדערלאזע פארפעלקער האב דערגרייכט איר ציל פון א זיבן מיליאן דאללער, פאלגענד איז די מאמענט ווען מען האט דערגרייכט דעם אסטראנאמישן סומע פון זעקס מיליאן דאלער - ממנו ילמדו וכן יעשו.

מראה קודש • די וואך זונטאג ר"ח סיון העעל"ט איז אויסגעפאלן די ערשטע יומא דהילולא פון כ"ק מרן אדמו"ר בעל 'נועם יוסף' מליזענסק זיע"א, פאלגענד איז אן הערלעך געמאלן בילד וואס א מעילער האט אפגעמאלן לרגל די ערשטע הילולא.

ברכת מזל טוב להרב יואלי מאנן מנכ"ל מוסדות ליזענסק לרגל שמחת אירוסי בנו בכורו למזל טוב בשטומ"צ.


ממנו ילמדו | אשרי מי שעמלו בתורה • קרישקעס טוט ווינטשן אן הערצליכן ברכת מזל טוב מריחוק מקום ובקירוב הלב פאר הבה"ח מאיר בנעט, לרגל זיין סיום הש"ס בלע"ה, אין פאר זיין טאטע הרב רובי בנעט זיי זאלן זעהן אסאך אידיש נחת געזונטערהייט, אין פון דעם זאלן זיך אסאך אנדערע אידן, בחורים אין בעלי בתים מקנא זיין אין דאס נאכמאכן ממנו ילמדו וכן יעשו. די סיום הש"ס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר מיט גרויס שמחה ווי עס פאסט זיך פאר אזא מעמד, ווי עס האבן זיך באטייליגט פולע אדמורי"ם רבנים שליט"א ותושבי העיר וואס זענען זיך געקומען מיט פרייען מיטן גרויסן שמחה.


bottom of page