top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מי כעמך ישרא"ל • חסידי וויז'ניץ מאנסי שלענגלען זיך איבערצוגעבן די נדבות הקודש פארן גאסט מרן האד' מוויז'ניץ

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם


א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט נעכטן אויפדערנאכט אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי, ווען הונדערטער אידן זקנים עם נערים האבן זיך געשלענגלט פאר עטליכע שעה נאכאנאנד איבערצוגעבן נדבות קודש פארן חשובן גאסט פון ארצינו הקדושה, מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, לטובת דעם אלוועלטליכן קאמפיין צו דעקן די חובות פאר די בנין הגדול בית ויזניץ אין קרית ויזניץ בני ברק.


ווי באריכטעט נעכטן דא אויף קול בחצרות, איז דער וויזניצער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ מאנסי אויפצונעמען די נדבות פונעם ציבור, נאך וואס דער רבי האט געבעטן ביי שלש סעודות פארלאפענעם שב"ק פון די חסידים פונעם פעטער הרה"ק בעל תורת מרדכי זצ"ל, צו אויך נעמען א חלק אין די געוואלדיגע קאמפיין און צוהעלפן פאר די הצלחה, וואס ווי באקאנט האט הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע אפגעשיקט א ווארעמע מכתב קודש מיט עטליכע יאר צוריק לכבוד די הנחת אבן הפינה, מיט ווארעמע וואונטשן פאר הצלחה און סייעתא דשמיא.


אויפן פערזענליכן בקשה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט בלב ונפש ארויסצוהעלפן דעם וויזניצער רבי'ן פון ארץ ישראל מיטן צולייגן א פלייצע, נעכטן נאכט איז ארויסגעשיקט געווארן א מודעה פאר כלל חסידי וויזניץ מאנסי אז דער וויזניצער רבי פון ארץ ישראל וועט אויפנעמען דעם ציבור אין גרויסן ביהמ"ד, און דער עולם זאל זיך ווארעם אנרופן.


א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט אנגעהויבן פון צען אזייגער אויפדערנאכט ווען דער וויזניצער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די מקורבים ומשמשים בקודש, און געפראוועט דעם ציבור אינעם פראווע צימער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, באותו מקום וואו זיין גרויסן פעטער הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ האט אויפגענומען די חסידים לאנגע יארן.


הונדערטער אידן זענען אריבער פאר נאנט צו דריי שעה איבערצוגעבן די נדבות, בייגעלייגט מיט קוויטלעך להיפקד בדבר ישועה ורחמים, בצהלת פנים האט דער וויזניצער רבי געוואונטשן יעדן פערזענליך, און דערציילט שיינע זכרונות פון אמאל. עס איז שוין געווען נאנט צו איינס אזייגער ביינאכט ווען דער רבי האט זיך צוריקגעקערט לבית האכסניא מיט גרויס הצלחה, איבערלאזנדיג הויפענעס השפעות טובות פאר יעדן איינעם ברוחניות ובגשמיות.











Comments


bottom of page