top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זעלטענע ערשיינונג ווען באיאנער רבי שליט"א פירט שלש סעודות ברבים אום שבת חזון אינאיינעם מיט א סיום מסכת

זונטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין א גאר זעלטענעם ערשיינונג האבן חסידי באיאן זוכה געווען דעם פארגאנגענעם שבת פ' דברים – שבת חזון – מיטצולעבן היסטארישע מאמענטן בעת כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז אריינגעקומען פירן שלש סעודות מיט'ן עולם, וואס איז אין באיאנער הויף א זעלטענע ערשיינונג אז דער רבי זאל פראווען א טיש אויסער די קביעות'דיגער זמנים און שיינע שבתים אין יאהר, און אין די לעצטע 30 יאר וואס דער רבי שליט"א איז דער מנהיג העדה הקדושה האט ער קיינמאל נישט געפירט קיין שלש סעודות אום שבת חזון, דעם סוף וואך פ' דברים תיכף נאכ'ן אהיימקומען פון חלאדודנא, האט אבער די רבי אין אן איבערראשענדן שריט געמאלדן אז די וואך שב"ק וויל ער אריינקומען צו שלש סעודות מיט'ן עולם, נישט אנגעבנדיג די סיבה דערביי.


ווי נאר ס'איז ארויס די שמועה אז דער רבי וועט ארויסקומען פירן שלש סעודות האבן פילע אידן זיך געגרייט מיטצולעבן די געהויבענע געלעגענהייט, עס איז טאקע זיך צוזאמגעקומען א ריזיגער צבור חסידים ואנשי מעשה, דער רבי שליט"א האט דאן צו יעדנ'ס איבערראשונג געבעטן א גמרא מס' מכות און האט ברוב עם מסיים געווען די מסכת. נאכ'ן מאכן דעם סיום האט דער רבי ערקעלערט אז ער האט געוואלט מאכן א סיום ברבים פאר צוויי סיבות: איין סיבה וויבאלד אין ריזשינער הויף האט מען זיך געפירט מסיים צו זיין מס' מכות אין די ניין טעג, וויבאלד די מסכת ענדיגט זיך מיט די ווערטער "עקיבא נחמתנו, עקיבא נחמתנו" וואס זענען טרייסט ווערטער אויף די גאולה העתידה, און נאך א סיבה האט דער רבי געזאגט אז ער וויל אפגעבן א שבח והודאה צום אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער איז אריבער מיט עטליכע חדשים צוריק נאכ'ן דורכמאכן בשלו' די שווערע אפעראציע, און אין אמת'ן אריין האט ער געוואלט מאכן א גרויסע סעודת הודאה צו דאנקן דעם אייבערשטן ברוב עם, אבער ליידער צוליב דעם מצב המלחמה אין ארצנו הקדושה איז דאס נישט שייך, דעריבער טוט ער דאס פייערן אין די ניין טעג און דערפאר האט ער געמאכט דעם סיום מסכת.


ווי נאר דער רבי געענדיגט די דברות קודש, האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע ניגוני שמחה והודאה צום אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים ביז אהער, און מיט מיט א בקשה אויף להבא 'ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור' אז דער רבי שליט"א זאל ווייטער קענען פירן די עדה הקדושה געזונטערהייט עד ביאת משיח צדקנו.

Comentarios


bottom of page