top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי באבוב מיטגעלעבט אייגנארטיגן מעמד "מסירת מתנות כהונה" צום סיום מסכת חולין דורך חבורת "קנין תורה"

עודכן: 24 באפר׳

מיטוואך פרשת שמיני • כ"ה ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

אלפי חסידי באבוב האבן דעם חול המועד פסח זוכה געווען צו פראווענען א געהויבענעם יומא אריכתא פיל שמחת וחדות התורה ביים 'יום קנין תורה', ווען חסידי באבוב חברי חבורת קנין תורה האבן אינאיינעם מסיים געווען מסכתא חולין און דערביי געפראוועט דעם טאג מיט לימוד התורה און געהאט די זכי' צו זעהן מיט די אייגענע אויגן און מיטהאלטן די זעלטענע מצוה פון ראשית הגז ונתינת מתנת כהונה בכל פרטי' ודקדוקי', און שפעטער ביינאכט די געהויבענער מעמד הסיום אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין שפיץ פון די מייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמור מבאבוב שליט"א.


אין די נאכמיטאג שעות איז - ווי געזאגט - פארגעקומען די מעמד נתינת מתנת כהונה אין ביהמ"ד הגדול וואס איז געווען אויסגעשטעלט אויף א ספעציעל פארנעם מיט פארענטשעס פון אלע זייטן און טויזנטער זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור משתתפים וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם זעלטענעם מעמד. צוליב מאנגל אין פלאץ ווען די ביהמ”ד הגדול איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן האט מען צוגעשטעלט א לייוו הוקאפ אין די דערנעבנדיגע היכל הטישן וואו נאך עטליכע הונדערטער אידן האבן מיטגעהאלטן די מעמד נדירה.


אין צענטער פון בית מדרש איז געווען אויסעשטעלט א ספעציעלע פלאטפארמע וואו מ'האט אפגעראכטן די אלע מצוות התלויים בה כדי די גאנצע ציבור זאל קענען גוט מיטהאלטן. במשך די גאנצע מעמד האט די באבובער קאפעליע אין שפיץ פונעם בעל מנגן הרב מרדכי וואלף לאנדא מהנה געווען בשירה וזמרה מיט התעוררות'דיגע ניגונים און געהויבן די עולם מיט גרויס געהויבנקייט.


די מעמד איז אנגעפירט געווארן דורך הרה”ג ר' אהרן זאבערמאן שליט"א מגיד שיעור בחברות קנין תורה, וואס האט בטוב טעם ודעת געהאלטן דעם ציבור געשפאנט און במתק לשונו מסביר געוען די אלע הלכות וואס זענען נוגע צו די מצות ראשית גז און איבערגעגאנגען אלע קנינים מיט וואס מ'איז קונה די כבשים, מתובל מיט אינטערסאנטע מדרשים און הלכות. אלס כהן הפודה האט געדינדט דער כהן המיוחס הגה”צ רבי מענדיל כץ שליט''א אבד”ק ראסלאוויץ, ידיד לבית באבוב און מיטן כיבוד איבערצוגעבן די מתנת כהונה איז אויסעגעקליבן געווארן אחד המיוחד שבחבורה המשפיע הרה”ג ר' חיים דוד בלום שליט”א ר”מ במתיבתא ד'באבוב ומפארי הקהילה.


נאכן שניידן די וואל האט רבי חיים דוד שליט''א אויפגעטרעטן מיט רירנדע ווערטער זייענדיג זוכה מקיים צו זיין אזא חשובע מצוה און מיט א קול געשטיקט פון טרערן מעורר געוען אויף די גאולה שלימה און ישועות ורפואות פאר כלל ישראל. דערנאך האט ער איבערגעגעבן די וואל פאר'ן כהן די ראסלאוויצער רב שליט"א, וועלכער האט דערנאך משמיע געוועהן מאמרותיו לכבוד המאורע און געבענטשט דעם ציבור מיט ברכת כהנים.


דערנאך האט מען איבערגעגבן מתנת כהונה, זרוע ולחיים פאר עטליכע כהנים לומדים אין חברות קנין תורה מיום הווסדה, מ'האט מקנה געוען די אברים פאר אלע טויזענטער לומדי בחבורה קנין תורה איבער די וועלט כדי יעדער זאל קענען האבן א חלק אין די מצוה. די נותני בשם הקהילה זענען געווען די פטרוני חבורת קנין תורה הרבני הנגיד ר' יענקל ריגער און הרבני הנגיד ר' אברהם אהרן לעזער. די כהנים זענען געווען הרה”ג ר' דוד יהושע ראזענגארטן, הרה”ג ר' בן ציון קוואדראט ר”מ בישיבת כרם שלמה און הרה"ג ר' אברהם מרדכי גראדזינסקי.


ביינאכט איז פארגעקמען די גרויסארטיגע מעמד הסיום אין ביהמ”ד הגדול אינאיינם מיט'ן סעודה לכבוד המועד. דער באבובער קאפעליע האט מהנה געווען בפרקי שירה לכבוד המאורע און עס האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרה”ג ר' יצחק וואלפין מרביץ תורה אין קהילת קארלין סטאלין ור”מ בישיבת קדושת ציון ד'באבוב. דער רב שליט"א האט געמאכט די סיום אויף מס' חולין, וואס האט נאכגעפאלגט מיט פייערליכע ריקודין לגמרה של תורה.


צום הויכפונקט האט די רב שליט''א משמיע געוועהן לענגערע דברות קדוש און שטארק מחזק געוען די לומדי ומסיימי חברות קנין תורה און מעורר געווען אויף קביעות עתים לתורה בכלל און מעורר געוועהן אויף התבדלות פון אלע מיני טעכנאלאגישע כלים למיניהם און פון אלע היינטגע יצר הרע'ס. דערנאך האט די רב שליט"א איבערגעגעבן דברי ברכה פאר אלע לומדים מסיימים און אלע עסקנים, מרביצי תורה ובראשם דער איש קנין תורה הרה”ח ר' חיים שלמה בייגעל. דערביי האט דער רבי שטארק משבח געווען די חבורה בכלל צופשרייט איבער אלע מקומות ווי ס'דא א באבובער שטיבל לערנט מען קנין תורה און עס זענען פארהאן עסנקים וואס זענען עוסק אין אלע צוגעהערן דערצו, באזונדער האט די רב שליט"א באדאנקט די נדיבים בעם וואס שטיצן קנין תורה מיט אירע יערליכע בודזשעט פון קרוב צו צוויי מיליאן דאללאר.


מיט ברכת המזון על הכוס האט די רב שליט"א מכבד געוועהן די כהן הגה”צ אב”ד ראסלאוויץ שליט''א.
















































































































































Comments


bottom of page