
דאנערשטאג פ' שמות • ט"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א אויפן פליגער זייענדיג אונטערוועגנס צו א שמחה קיין עיר הבירה לאנדאן, מיטן אלעמען באקאנטער משמח אלוקים ואנשים יענקעלע קארנבליט.

אן אריינבליק בחדרי חדרים אין די הימלישע עבודה דורכן מקובל הגאון הצדיק רבי דוד קוק שליט"א פון טבריה.
נייע סינגל ארויסגעגעבן דורכן בעל מנגן ר' דן שטערן הי"ו לזכרו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל מיט וועם דן האט פארמאגט א נאנטן קשר. דער ניגון וואס דער סקולענער רבי האט פארפאסט נאכן דורכגיין די לעבער טרענספלענט מיט 12 יאהר צוריק - אויף די ווערטער "עס דארף דיר גיין אין לעבן צו געבן פאר דער וואס טוט דיר געבן דיין לעבן".
הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי ברסלב בארה"ק באזוכט אינעם ביהמ"ד החדש אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו.
הרה"ח ר' דוד בערגער הי"ו משב"ק האדמו"ר מסקווירא מיטן היסטארישן ירושה שטעקן פונעם הייליגן טשערנאבילער מגיד זיע"א וואס די סקווירא רבי שליט"א האט ספעציעל מיטגעברענגט צו די היסטארישע מעמד 'ירושת אבותי' פאר די ניגידי ותומכי בית המדרש הגדול והחדש דשיכון סקווירא.

האד' מבעלזא ביים שענקן דורון דרשה פארן בר מצווה בחור א אייניקל פונעם שוואגער האד' מוויזניץ, א זוהן פון הרה"צ ר' דוד ראזנבוים בן האד' מפרמישלאן.

האד' מסאטמאר ביים וואונטשן הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו בעפאר די מעמד החופה די וואך ביים חתונה הגדולה אין שטאט בארא פארק.

צווישן די פילע בעלי בתים חסידי צאנז וועלכע האבן מסיים געוועהן די שלש בבות אין די ראמען פון 'תורתם משתמרת' האט 'קרישקעס' באמערקט הרבני הנגיד ר' מענדל רייך הי"ו מעמודי התווך פון קהילת ומוסדות צאנז.

צווישן די צענדליגער אדמור"ים רבנים ואישי ציבור, האט 'קרישקעס' אויפגעמערקט ביי די שבעה די וואך אין וויזניץ מאנסי, הנגידים ר' יואל לאנדא הי"ו און ר' דוד געפנער הי"ו.

האד' מסאטמאר אריינגעווארפן אינעם ים התלמוד אינאיינעם מיטן לאנגיעריגע חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונדסדארפער אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל אינעם מקום הנופש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע.

הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים ערהאלטן זיין נייעם ספר אויף עניני קדושה ושובבי"ם ארויסגעגעבן דורכן מכון 'דורשי יחודך', אין א הערליכע לעדערנע פארמאט וואס דער מנהל ומייסד המכון הרה"ג ר' אליעזר וואלדמאן שליט"א האט געשאנקען אלס א מתנה לרגל די הוצאה לאור פונעם נייעם ספר.

די אייגנארטיגע עבודה פון שמחת חתן דורך האד' מספינקא ביים חתונה פון א אייניקל די וואך אין בית שמש, מערקט אויפן אויבן אן, האד' מבית יצחק ספינקא.
בשעת די חתונה בבית ר' חנני שמילאוויטש מגדולי עסקני סאטמאר, האבן זיך די חבריא עסקנים ר' יצחק ברוך שפיטצער , ר' יענקי איצקאוויטש ראש חברת שומרים, ר' יושע הערש פריעדמאן עורך דער איד אריינגעזעצט אין א בית המדרש נעבן זאל צו לערנען זייער טעגליכע שיעור חק ולא יעבור.

די מאטארקאדע פון האד' מסאטמאר אנקומענדיג צום חתונה הגדולה די וואך אין שטאט בארא פארק.
מכתב תנחומים וואס כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א האט אפגעשריבן צו מקורבו הנגיד ר' דוד רייכמאן הי"ו עמוד התווך פון ק"ק ומוסדות ניקלשבורג וואס זיצט שבעה נאך זיין פאטער ע"ה.

האד' מפשעווארסק באגלייט למנוחות הרב החסיד הר"ר אברהם שבתי עבער בערגער ע"ה מחשובי המתפללים אין ביהמ"ד פשעווארסק אין אנטווערפען.
האדמור"ים לבית סקולען ביי תפילת מנחה אין ביהמ"ד ניישטאט אין לעיקוואד נאך א פריוואטע אסיפה לטובת מוסד 'חסד לאברהם', בעל תפילה: כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א (ב"פ).
האד' מזוטשקא מאנסי ביים פידל שפילן כמנהג אדמור"י בית נדבורנא ביים מלוה מלכה מיט די בחורי החסידות לקראת ימי השובבי"ם.

די שיירה פון האד' מוויזניץ אויף די גאסן אין לאנדאן נאכן באזוך פון רבי'ן בבית הגה"צ רבי בנציון בלום דומ"ץ באבוב לאנדאן.
האד' מסאטמאר ביים אנוואונטשן הנגיד ר' אהרן נאה הי"ו ביי די גרויסער סאטמארע חתונה די וואך אין בארא פארק.

א נייע ניגון פארפאסט דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א אויף די ווערטער אין ישעיהו 'הַזְכִּירוּ כִּי נִשְׂגָּב שְׁמוֹ', ערשיינט לקראת די שמחת החתונה פון בנו החתן שאול יחזקאל גראס ני"ו וואס קומט פאר היינט אין בני ברק, אראפגעזינגען דורך טאלאנטפולער בעל מנגן ר' עוזיאל דויטש ני"ו.
דער רוסישער הויפט רב הרב בערל לאזאר באזוכט ביי האדמו"ר מנאראל, וואו ער האט געהערט ערשטהאנטיגע זכרונות פונעם ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ ביי וועם דער נאראלער רבי האט זיך נאך מסתופף געוועהן אלס בחור.
הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו אין א ריקוד מיט ידידו ורעו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א ביי די חתונה די וואך פון בתו הכלה.

שטארקע דברי חיזוק פון האד' מקאסאן ביים שמחת הוואך נאכט לבן הנולד ביי תלמידו הרה"ח ר' ישראל הערש קרויס הי"ו מחשובי חסידי קאסאן.
העסקן ר' יענקי איצקאוויטש ראש חברת שומרים ביי די הכנות צום מצוה טאנץ פון האד' מסאטמאר ביים חתונה הגדולה אין בארא פארק.

הרה"צ רבי דוד ראזנבוים בן האדמו"ר מפרמישלאן איז מתפלל ביים ציון פונעם זיידן הרה"ק ר' דוד משה מקרעטשניף זיע"א אינאיינעם מיט זיין זוהן דער חתן הבר מצווה.

נאך פון די אנגייענדע הכנות צום גרויסן שבת בראשות האד' מוויזניץ די וואך אין לאנדאן.
האחים האד' מלעלוב און המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן מלעלוב אין א ברודערליכע שמועס פאריגן ליל שישי ביים כותל המערבי.

טי"י השעה הזאת שעת רחמים: שיין בילד פון האד' מסאטמאר בשעת די מצוה טאנץ ביי די חתונה הגדולה די וואך אין בארא פארק.

א אייגנארטיגע הכנסת ספר תורה איז פארגעקומען אין ישיבת קארלין סטאלין אין די קרית ספר געגנט אין מודיעין עילית, א ספר תורה וואס איז אפיציעל געשריבן געווארן פארן בית המדרש וואס וועט געבויט ווערן אויף דער הר הבית לכשיבנה בית מקדשינו במהרה בימינו איז אריינגעגעבן געווארן אויף צייטווייליג, צו דער היכל הישיבה, בראשות פון הרה"צ רבי ישראל חיים שוחט זוהן פון האד' מקארלין סטאלין שליט"א.

צענדליגער גבאי צדקה ווארטן אין די רייע אריינצוגיין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביום החופה פון אן אייניקל די וואך, ווי די רבי האט כמנהגו בשמחת צאצאיו פארטיילט שווערע געלטער פאר צדקה.
האד' מסאטמאר ביים אנוואונטשן הנגיד ר' יענקי שווימער הי"ו ביים רייכן באנקעט אין וויליאמסבורג לטובת די גמר הבנין פון די סאטמארע מיידל שולע אין בני ברק וואו ער האט בייגעשטייערט א סכום הגון פון 50,000 דאללער.

הרבני החסיד ר' הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו ראש הקהל סאטמאר מאנסי באזוכט ביי מחותנו האד' מדושינסקיא אין ירושלים.

האד' מסקווירא ביים לוי' פאריגע וואך פון הרבנית הצדיקת מוויזניץ מאנסי ע"ה ווערן געזעהן בניו הרה"צ רבי יעקב יוסף און הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי.

הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד באזוכט במעונו פון הגאון הגדול רבי עזריאל אויערבאך שליט"א אין שכונת בית וגן נאכדעם וואס דער גאון איז אויפגענימען געווארן אלס מנהיג און ממשיך דרך פון הגאון הגדול ר' אשר דויטש זצ"ל מגדולי מנהיגי עולם התורה.

האחים האדמור"ים מראחמיסטריווקא פון לעיקוואד און אוקענוויין ביים שמחת השבע ברכות פון החתן זוהן פון הרה"ג ר' פנחס ווינד דומ"ץ בעלזא לעיקוואד.

הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א נשיא מוסדות ברסלב בארה"ק איז מתפלל ביים ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין קרית יואל.
המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק.

חבוש על ראשך פארך: אין די טעג האט הגאון ר' אשר שטערנבוך שליט"א בנו חביבו פונעם פוסק הדור הג"מ שטערנבוך שליט"א אנגעטוהן צום ערשטן מאל א שטריימל וואס איינער פון די נגידים מעבר לים האט איהם געקויפט במתנה.

די תלמידים פון מוסד 'למען אחי' בקודש פנימה ביי האד' מסקווירא וואו דער רבי האט פאר זיי איבערגעגעבן דברי חיזוק.

הרב הערצקא שטיין הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר טרעט אויף מיט עדות נאמנה ביים עלעגאנטע מסיבה לטובת דעם גמר הבנין פונעם נייעם סאטמארע מיידל שולע אין בני ברק זייענדיג בעובי הקורה פון דעם חשובן מוסד.

האד' מלעלוב ניקלשבורג ביי תפילות מעריב נאכן מתפלל זיין די וואך ביי די קברי אבות אינעם מערת המכפלה אין חברון.

א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' יואל שפיצער הי"ו מגדולי עסקני חצר הקודש ספינקא, לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה תחי' וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך בשעה טובה ומצלחת.
א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' משה יהושע קרעמער הי"ו לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה תחי' בשעה טובה ומצלחת.
די בארימטע מוסד בית לפליטות בארה"ק מיט א הארציגע ברכת מזל טוב פאר העסקן הר"ר שלום אלי' פעלבערבוים הי"ו לרגל די שמחת הבר מצוה פון בנו בכורו ני"ו למזל טוב.

Comments