בארימטער פילאנטראפ הנגיד ר' ראובן שאראן הי"ו באזוכט ביי האד' מסאטמאר
- לפני 33 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם דאנערשטאג אין די נאכמיטאג שעות איז דער פראמינענטער חרדי'שער פילאנטראפ הנגיד הטפסר ר' ראובן (רובי) שרון פון פלעטבוש אריבערגעקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, אינאיינעם מיט בני משפחתו. עס האט זיך דערביי אנטוויקלט א שיינע שמועס איבער די בית השחיטה און די מקוה טהרה וואו דער נדיב האט באזוכט בעפאר, און איבער די ביליגע פרייזן צו מאכן שמחות אין קרית יואל, דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן און זיך באדאנקט פאר זיינע גרויסע נדבות למען הכלל והפרט, ובפרט פאר די קופת הצדקה פון הרבנית הצ' מסאטמאר תליט"א, און איבערגעגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.




















תגובות