top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אָבִי אָבִי רֶכֶב יִשְׂרָאֵל וּפָרָשָׁיו • הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל ראש ישיבת פונוביז

דינסטאג פ' נשא - י' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף די ליטווישער עולם התורה אין אויף די גאנצע אידישע וועלט מיטן אנקום פון די שאקירנדע בשורה, ארויס פון די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק איבער די הסתלקות לגנזי מרומים פון דער קרוין, דער נזר התורה וההוראה, מנהיג עדת ישורון במלוא מובן המילה, מרא דכולא תלמידא, הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטייין זכר צדיק לברכה ראש ישיבת פונוביז וואס האט נארוואס אויסגעהויכט זיין נשמה בשיבה טובה אין עלטער פון 100 יאהר, איבערלאזנדיג אונטער זיך שווערע טויזענטער אידן פאר'אבל'ט און צובראכן, אוי לה לספינה שאבדה קברניטה, אוי לה לעדה שאיבדו מנהיגה.


שוין זינט יו''ט שבועות וואס גאנץ כלל ישראל געווען איינגעהילט אין זארג, מניני תהלים האבן זיך געשטעלט אין אלע היכלי הישיבות, כוללים, און תלמידי תורה די בכל אתר ואתר, בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע האבן אידישע קינדער מתפלל געווען אויף א גענצליכע רפואה פארן ראש ישיבה, מיטן האפענונג אז מ'וועט נאך האבן די זכיה פאר לאנגע יארן נהנה צו זיין מאור תורתו וקדושתו.


ליידער איז אבער די שווערע גזירה געווען פארשריבן, און היינט צופרי אום 9:50, איז דער ראש ישיבה נתבקש געווארן לישיבה של מעלה.


פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Comments


bottom of page