top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • לפני 40 דקות
  • זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש


היכי דמי כבוד התורה: האדמו"ר מצאנז איז מכבד דער לעיקוואדער ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א צו זיצן אויף זיין שטוהל ביים ערשיינען צום מעמד קבלת פנים די וואך אין לעיקוואד.


האדמו"ר רבי ברוך אבוחצירא שליט"א בנו הצעיר פונעם הייליגן באבא סאלי זצוק"ל ווארנט איבער א וועלט מלחמה וואס וועט אויסברעכן אין די גאר נאנטע צוקומפט אין בעפארברייטונג צו ביאת המשיח.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים מיטהאלטן די חתונה פון א אייניקל ביי שאר בשרו הרה"ח ר' אברהם פריעדמאן הי"ו גרינדער פון די בארימטער "צייטונג" אויסגאבע, מיט די כלה א אייניקל פון הנגיד החסיד ר' חיים שטערן הי"ו פון קווינס וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק אין שפיץ פונעם געהויבענעם גאסט האדמו"ר מוויזניץ וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון ארץ ישראל צו די שמחה.


האדמו"ר מבאבוב אין א שמועס מיט האדמו"ר מביאלא בני ברק, אין קערעסטירער ביהמ"ד אין מיאמי וואו די אדמור"ים האבן געוויילט אויף קור.

הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער הי"ו ראש הקהל סאטמאר (מהרי"י) אין קרית יואל ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר במקום הנופש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע.

האדמו"ר מלייפניק מערקט "קרישקעס" אין די שומר שבת שטיבלעך אין בארא פארק, כאחד האדם צווישן די מתפללים.

די שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי האדמו"ר מפינסק קארלין מיט די כלה א טאכטער פון הנגיד ר' חיים דוד גראסמאן מנכ"ל מוסדות פינסק קארלין, אייניקל פון הגה"צ רבי ישראל גראסמאן זצ"ל ראש ישיבת פינסק קארלין.

האדמו"ר מבישטינא ווערט געזעהן היינטיגן דאנערשטאג אינעם קענעדי לופטפעלד, אנקומענדיג אויף א לענגערע באזוך בקרב חסידיו אין ניו יארק.

ביי תפילת מעריב היינטיגן ליל שישי אין קאפיטשניצער ביהמ"ד אין ירושלים מערקט "קרישקעס" האדמור"ים מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי און סטריקוב ירושלים.

די ברידער האדמור"ים מקרעטשניף און פרמישלאן אין א ברודערליכע שמועס ביי א חתונה די וואך אין דער פרמישלאנער הויף.

האדמו"ר מתולדות אהרן ביים תפילין לייגן פון הבחור הבר מצוה זון פון העסקן הנוגע הרב יעקב אליעזר שישא לרפו"ש מנהל ומייסד ארגון בננו, פארגעקומען הארט נעבן דעם אלטן בית החיים אין עיה"ק טבריה.

דער רבי שליט"א ביים מתפלל זיין א תפלה קצרה קעגן איבער דעם ציון הק' פונעם בעל ההילולא הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן היינט ד' שבט.

דער לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש וויזניץ ר' יוסף שמעון שעכטער הי"ו מערקט "קרישקעס" אינאיינעם מיט בנש"ק הרב אפרים פישל פעלדמאן אויף א באזוך אין די ליובאוויטשער הויפטקוואטיר אויף 770 איסטערן פארקוועי.


המשפיע הגאון החסיד רבי חיים שלום דייטש שליט"א באזוכט אינעם אכסניא פון האדמו"ר מתולדות יהודה בעת דעם רבינס באזוך אין ארץ ישראל פאריגע וואך.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א ליבליכע שמועס מיט בן אחותו הרה"ג ר' שמואל דוד פריזענט שליט"א ראש חבורת אברכים אין קרית צאנז לעיקוואד נאך די שמחת הבר מצוה די וואך פון זיין זון.


א גראפע אינגעלייט חסידי צאנז ביים פאררעכטן א מעכאנישע פראבלעם מיטן ספרינטער אויטא פון האדמו"ר מצאנז אינעם לופטפעלד די וואך.


האדמו"ר מפינסק קארלין אין א שמועס מיט הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז נתני' וועלכער האט געדינט אלס נואם הכבוד ביים מעמד סיום מס' שבת אין ראם פונעם עמוד הקהילה פארגעקומען פארלאפענעם מוצאי שבת בחצה"ק פינסק קארלין.


דער מארקעטינג-מייסטער ר' יואל פריעד הי"ו פון "פריעדקא מידיע" ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר ביים מסיבת שבע ברכת פאר די נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט ריזיגע סומעס פארן גמר השלמת הבנין פונעם ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג.


פרישע ווידיאו פונעם געהויבענעם יום טוב חנוכה בחצר הקודש גור נארוואס ערשינען שטייענדיג שלושים יום לאחר החג.


האדמו"ר מקארלין סטאלין מערקט "קרישקעס" אין אתרא קדישא מירון ביום המסוגל ערב ראש חודש בייפ אנוואונטשן הרה"ח ר' שרגא שניצער הי"ו וועלכע פירט אן מיטן הכנסת אורחים אפארט אין מירון רונדע דעם גאנצן יאר און בפרט אין אזעלכע טעג ווי ערב ראש חודש א.ד.ג. ווען טויזנטער אידן קומען אן קיין מירון.


ביים מפריש זיין צדקה פאר אידן נצרכים אינעם חצר המערה אין מירון.


האדמו"ר מצאנז ווערט געזעהן אויפן פליגער קיין ניו יארק זייענדיג מקיים דעם ובלכתך בדרך.


האדמו"ר מוויזניץ מערקט "קרישקעס" אינעם לוד לופטפעלד דעם מוצאי שבת בעפארן אפרייזן אויף א קורצע באזוך קיין ניו יארק, לידו פון רבי'ן ווערט געזעהן המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב.


די בארימטער משמחים לאנגזאם און פעלדמאן האלטן אונטער מיט דברי בדחנות ביים מלוה מלכה נאכן גייסטרייכן שבת "תעצומות" וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם פארלאפענעם שבת פר' וארא פאר די בחורי חמד בוגרי ישיבות בעלזא פון די העכערע יארגענג.


מחזה הוד אינעם ביהמ"ד אין וועסט פאלם ביעטש פלארידע וואו צענדליגער בעלי בתים חשובים חסידי סאטמאר הערן זיך איין מיט אן ערנסטקייט צו די שובבי"ם טעיפס פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


די שיירה פון האדמו"ר מצאנז ביים פארלאזן די נוארק לופטפעלד, וואו דער רבי האט געלאנדעט דעם זונטאג פארטאגס און איז אריינגעפארן קיין לעיקוואד מיט פאליצייאישע באגלייטונג.


הר"ר שלמה זלמן שפיטצער הי"ו, וועלכע איז בארימט אין די וועלט פון פאנדרעיזינג און קאמפיינען ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר במקום הנופש אין פאלם ספרינגס.


הרה"ג ר' יצחק ווייסבלום שליט"א מזעליחוב מחשובי העדה בחצר הקודש באבוב 45 ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מבאבוב אינעם מקום הנופש אין מיאמי.


המקובל הגאון רבי יעקב עדס שליט"א באמערקט געווארן זיצן אויף א טיש דינענדיג אלס א סנדק, נישט ווילנדיג זיצן אויפן כיסא של אליהו צוליב א חשש שעטנז.

כח הבן: הינק נחמן ראזנבוים ני"ו זון פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ביים זיך אויסלערנען די עבודת הקודש פון ליינען קוויטלעך המסורה מדור דור ביי צדיקי בית קרעטשניף לדורותיהם.


די משוררים פון די קאפעליע בחצר הקודש וויזניץ מאנסי דערכאפן זיך דאס הארץ נאך די שמחת החתונה די וואך אינעם הויף.


די נייע זילבערנע שטעקן וואס הנגיד ר׳ אברהם רייך הי"ו ראש הקהל צאנז לעיקוואד האט געקויפט פאר רבו האדמו"ר מצאנז לכבוד דעם רבינס באזוך אין אמעריקא.


האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ אויפן פליגער אהיים קיין ארה"ק נאך א לענגערן באזוך אין ניו יארק לטובת די אויפבוי פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש דזיקוב וויזניץ אין בית שמש.


דער בעל מנגן הרב יעקב שלמה גראס ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר ביי א שמחה די וואך.


הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא ביים פארלאזן די אכסניא אין מאנטריאל נאכן געהויבענעם באזוך אין שטאט.

נאך אן אפשטעל פון עטליכע חדשים איז די בוי-ארבעט אויפ'ן נייעם גרויסן פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפן צוריק באנייעט געווארן מיט פלייס, צו ענדיגן דעם בנין כליל בהדרו ווי עס פאסט זיך פאר א בית ה'.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט אין א מאמענט פון דביקות אהיימגייענדיג פון די חתונה די וואך בחצרות תולדות אברהם יצחק - קרעטשניף סיגעט, זייענדיג ארומגענומען מיט חסידים ומעריצים.

האדמו"ר מביאלא ביי א מסיבת לחיים בבית האכסניא אין מאנסי אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' מאיר פריי הי"ו בעל האכסניא פון האדמו"ר מגור.


האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א ווערט געזעהן מעיין זיין אין דעם נייעם ספר "שפע יואל" וואס הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו האט מוציא געווען לאור עולם לכבוד די חתונה פון בנו החתן עטליכע וואכן צוריק.


וכהנים עומדים: שיין בילד פון האדמו"ר מתולדות אהרן ביים דוכענען די וואך אין טבריה וואו דער רבי האלט זיך אויף במשך די שובבים וואכן.


האדמו"ר מסאטמאר איז מנחם אבל ביים משב"ק הרב שמואל טייטלבוים און זיינע ברידער על פטירת אמם ע"ה.


ר' יעקב ראזמארין מראשי המשוררים בחצר הקודש גור ביים איבערגיין די סדר הנגינה ביים גרויסן חתונה בחצר הקודש גור די קומענדיגע וואך, אינאיינעם מיטן בעל מנגן ר' צביקי לווין הי"ו משורר בחצה"ק סאדיגורא, אינעם הונטערגרונד מערקט "קרישקעס" צורת קדשו פון רבו האדמו"ר מסאדיגורא.


האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים ארומגיין נאך געלט ביי א שמחה די וואך וואו דער רבי האט צוזאמגעקליבן די נדבות מיט אן איבערגעדרייטן שטריימל כמנהג אביו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל בשמחת צאצאיו.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אויף א אומגעראכטענע באזוך אין די מתיבתא דחסידי צאנז קלויזענבורג מחזק צו זיין די פארטאגס סדר אין ישיבה.


העסקן הר"ר שמעון שישא יושב ראש מרכז עזרה וייעוץ אויפן סצענע אין שטעטל קוממיות וואו א רוצח'ישער פרייער באס דרייווער האט אומגעברענגט א חשוב'ער בחור וואס האט זיך אומגעקערט פון א מחאה קעגן ניתוחי מתים.


האדמו"ר מטאהש נעמט ווארעם אויף און הערט א באריכט פון דער באקאנטער היימישער עסקן הנגיד ר' יעקב מערמעלשטיין פון נארט מיאמי איבער די וואוקס פונעם חרדישן ישוב אין פלארידא.


הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק ומגדולי מחזירי התשובה בדורנו איז שופך שיח ביים ציון הק' פון רבו מובהק הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע אויפן הר הזיתים לכבוד די הילולא קדישא.


האדמו"ר מסאטמאר בסוד שיח מיטן געטרייען משב"ק הרב הערצקא שטיין במקום הנופש אין פאלם ספרינגס.


הרב שמעון וואלף קליין משב"ק האדמו"ר מבעלזא און הרב הערשל כץ משב"ק אדמור"י בית וויזניץ אין א ריקוד ביים שמחת החתונה די וואך פונעם חתן א זון פון הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א אין בארא פארק.


האדמו"ר מלעלוב ווערט אויפגענומען דורך העסקן בנש"ק הרב עזרא פריעדלענדער בן האדמו"ר מליסקא, אונקומענדיג די וואך אויף א תפילה ביים ציון הק' אין ליסקא אונגארן.


האדמו"ר מזוועהיל באזוכט ביים פעטער גאב"ד מאקאווא איינצולאדענען צו די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך.


האדמו"ר מלעלוב קוקט זיך אום אין רבי ישעי'לעס אויווען בעת דעם רבינס באזוך פאריגע וואך אין קערעסטיר.


הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר אין א פריינטליכער שמועס מיט הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר אין קרית יואל.


האדמו"ר מספינקא מערקט "קרישקעס" אין א ווינקל פונעם מערה אין אתרא קדישא מירון, אנגעטוהן מיט הענטשוך צוליב די שווערע ווינטערדיגע קעלט.


ותלמידו בידו: הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא ביים מקבל פנים זיין הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א אין מאנטריאל, בבואו לחון את פני העיר.


כבוד חמיו: האדמו"ר מביאלא איז משמש זיין שווער האדמו"ר מקאפיטשניץ ביי א משפחה שמחה פארלאפענעם וואך אין ניו יארק.


דער בארימטער משמח אלוקים ואנשים ר' יענקעלע קארנבליט באמערקט "קרישקעס" ביים ציון הק' פונעם הייליגן בני יששכר אין דינוב אין טאג פונעם הילולא קדישא ח"י טבת.


טויזנטער חסידישע אינגעלייט "אברכי חדשים" האלטן מיט דעם היסטארישן "ליל הודאה" לטובת מוסד הקדוש 'רופא חולים' פארלאפענעם ליל ניטל.


גאב"ד וואודריזש אויף א באזוך די וואך ביי ידידו ורעו האדמו"ר ממונקאטש אין בארא פארק.


האדמו"ר מספינקא שפאצירט אויף די בני ברק'ער גאסן גייענדיג צום שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל בבית מדרשו אויף די דונולו גאס.


די העפטיגע הכנות אין לעלוב פוילין צום הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן זונטאג ז' שבט. טויזנטער וועלן שוין פראווענען דעם קומענדיגן שבת פ' בא - ערב יומא דהילולא אין שטאט לעלוב בצלו פון האדמו"ר מלעלוב.


האדמו"ר מסאדיגורא איז מנחם אבל די קינדער פון הרה"ח ר' אהרן כהן ע"ה מנאמני ביתו פון זקינו כ"ק אדמו"ר בעל כנסת מרדכי מסאדיגורא זצוק"ל.


האדמו"ר מסאטמאר שפאצירט אין די הויכע שנייען אין מאנסי ביים פארלאזן די מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר נאך א באזוך די וואך בין כותלי הישיבה.

א ברכת מזל טוב לידידנו בנש"ק הרב שאול יחזקאל גראס בן האדמו"ר מתולדות משה לרגל הולדת בתו למזל טוב.

א ברכת מזל טוב לידידנו האברך החשוב ר' אברהם הלוי צימעט הי"ו לרגל הולדת בנו למזל טוב.


bottom of page