top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי טעלזסטון אונטערן רושם נאך ביקור חיזוק פון ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א

מאנטאג פ' בשלח • י"ב שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הושע פרוכטר


מרן ראש היישבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבודקא איז דעם פארגאנעגנעם וואך אנגעקומען אויף א געהויבענע ביקור חיזוק אין שטאט טעלזסטון. צום ערשט איז דער ראש ישיבה אנגעקומען צום ביהמ"ד 'בני הישיבות' אין שטאט ווי הונדערטע תושבי העיר ובראשם די רבנים וראשי הישיבות האבן מקבל געווען דעם גרויסן גאון בשירה ובזמרה ובכבוד התורה. דאן האט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן דברי חיזוק און בתוך דבריו ערווענט, אז מען דארף געדענדקען אז דער אויבערשטער האט אונז איבערגעלאזט נאכן קריג אונזערע גרויסע רבי'ס ווי דער הייליגער חזון איש און די בריסקער רב וועלכע האבן אונז אויסגעטראטן דעם דרך התורה אין אלע הינזיכטן און מען טאר זיך נישט אוועקרירן פון די מסורה. נאכן שיעור האט מען געדאווענט מעריב.


פון דארט איז דער ראש ישיבה אנגעקומען צו ישיבת כתר תורה און איבערגעגעבן א טיפזיניגע שיעור אין מסכת בבא קמא און דערנאך ארומגערעדט דברי חיזוק בעניני השעה אין דברי הדרכה פאר די בחורים. נאכן שיעור האבן די הונדערטער תושבי המקום ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה צוזאמען מיטן מעיאר פון שטאט הרב יצחק רביץ וועם די ראש ישיבה האט ווארעם אנגעאוונטשן ברכות לרוב.






















































Comments


bottom of page