top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטמאליגער שבת אין וויליאמסבורג דורך האד' מקאסוב; אינעם 'שבת ויצא' המסוגל לשידוכים

מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס שמחה ווערט אויפגענומען ביי חסידי קאסוב תושבי עיר וויליאמסבורג, איבער אן ערשטמאליגער שבת מרומם וואס וועט דעם שבת ויצא אפגעראכטן ווערן בקרב העיר דורך כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וועלכער וועט מעריך זיין דעם גאנצן שבת בקרב קהל חסידי קאסוב אין וויליאמסבורג צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען דעם שבט הנהגה.

דער שבת ויצא טראגט א ספעציעלע באדייט ביי חסידי קאסוב, ווען עס ליגט נאך אין די ביינער דער מסוגל'דיגער "שבת ויצא" אין וואס רבם ומאורם הרה"ק מקאסוב זצ"ל האט אריינגעלייגט א גרויסע עבודה און געמאכט דערפון א הייליגן עסק, און איז מיט די יארן פארוואנדלט געווארן אלס שבת מיוחד פאר חסידי קאסוב פון אומעטום וואס זענען געקומען מיטלעבן דעם מסגול'דיגן שבת בצל הקודש, וואס דער רבי זצ"ל איז ארויס מגדרו, און טראץ וואס ער האט זיך קיינמאל נישט אפגעגעבן מיט עניני סגולות וכדומה, האט ער אבער ביים שבת ויצא מגלה געווען אז עס איז "מסוגל לשידוכים" און מ'האט טאקע אין לויף פון די יארן געזען גרויסע ישועות בעניני שידוכים.

אצינד וועט דער שבת ויצא ווידער אויפברענגען א התרגשות און התעוררות ביי חסידי קאסוב, ובפרט תושבי עיר וויליאמסבורג, וועלכע וועלן זיך צונויפגעקומען אויפ'ן שבת המסוגל שבת ויצא, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אינעם קאסובער ביהמ"ד אויף בעדפארד עוו. וואס ווערט געפירט בראשות פון בנו יקירו פונעם רבי'ן זצ"ל הרה"צ ר' משה האגער שליט"א, וואו עס וועט אפגעראכטן ווערן אלע תפילות און טישן במשך דעם שבת.


תגובות


bottom of page