top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע מעמד "פדיון פטר חמור" פארגעקומען אין שטאט בית שמש אין שפיץ פון אדמור"י ורבני העיר

  • לפני 8 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין

א זעלטענע און דאפלטע מעמד פדיון פטר חמור איז פארגעקומען פאריגע וואך דינסטאג אין עיר התורה והחסידות בית שמש, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן די זעלטענע מצוה ברוב עם הדרת מלך, ארגאניזירט דורך "איגוד קהילות הקודש" פון אלע חסידישע קהילות אין שטאט.


די מעמד איז פארגעקומען ברחובה של עיר על פני רחוב נהר עדן אין צענטער פון שטאט בית שמש, במעמד אלפי תושבי העיר, זקנים עם נערים אין שפיץ פון די מנהיגי הקהילות רבני ואדמור"י העיר שליט"א וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם גרויסארטיגן מעמד און זעלטענע מצוה פון פדיון פטר חמור.


דאס קומט נאכדעם וואס צוויי חשובע ברידער תושבי בית שמש ה''ה דער מגיד נפלא הרה"ג ר' מאיר מיכאל גרינוואלד שליט"א און המקובל הרה"ג רבי קלמן גרינוואלד שליט"א וועלכע האבן ביידע געקויפט אייזלען מיטן ציל צו קענען מקיים זיין די מצוה נדירה, און אצינד ווען ביידע אייזלען האבן געבוירן בכורים האבן זיי באוויליגט אפצורעכטן די מעמד ברוב עם הדרת מלך.


צו די באשטימטע צייט זענען די אדמור"י ורבני העיר ערשינען צום מעמד און די קאפעליע האט געזינגען ווארעמע ניגונים כהכנה צום גרויסן מצוה. דער יושב ראש המעמד הרה"ג רבי אשר אנשיל שווארץ שליט"א בעל מעדני אשר האט אנגעפירט די מעמד בנועם לשונו און ארומגערעדט איבער די פונקטליכע הלכות און סגולות פון מצות פדיון פטר חמור.


א פייערדיגע דרשה איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א בגדול קדושת המצווה און כהכנה דרבה צום יום טוב שבועות זמן מתן תורתינו הממשמש ובא. דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים בהתעוררות רב וואס האט אפגעהילכט גאסן ווייט דורך דעם ציבור האלפים.


דאן איז מען צוגעקומען צום הויכפונקט פונעם מעמד, דער ערשטע פדיון, מיט קורצע דברי הקדמה דורך הרה"ג ר' מאיר מיכאל גרינוואלד שליט"א וועלכער האט ארויסגעגעבן זיינע הרגשים. אלס כהנים זענען אויסגעקליבן געווארן די צוויי כהנים מיוחסים מחשובי רבני העיר כ"ק אדמו"ר מספינקא סאסרעגן שליט''א און הרה"ג ר' אהרן אריה כץ שליט"א רב דביהמ"ד בראד אין רמה ד' בית שמש.


מען האט דורכגעפירט די קנינים ווי די הלכה פארלאנגט, קנין משיכה און קנין סודר צו קונה זיין די חמורים, און קנין כסף און הגבהה צו קונה זיין די לעמעלעך.


די צוויי ברידער האבן איבערגעגעבן די לעמעלעך פאר די כהנים, וועלכע האבן אויפגעהויבן די לעמעלעך און געמאכט די קנין, און דאן געמאכט א ברכת שהחיינו מיט גרויס שמחה, נאכגעפאלגט מיט פייערדיגע טענץ לכבוד המעמד.



bottom of page