top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'אמרי שפר' זי"ע אין שטאט דאראג - אונגארן בראשות נכדו האד' מדאראג

דינסטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

ברגשי קודש האבן הונדערטער חסידי דאראג געפראוועט די יומא דהילולא רבה פונעם ראש שושילתא קדישא הרה"ק בעל 'אמרי שפר' מדאראג זי"ע בצל נכדו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א וועלכע איז ווי יאר יערליך אפגעפלויגן צום שטאט דאראג אין אונגארן פוקד צו זיין די ציון הקדוש.


זונטאג וירא צופרי איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין אונגארין מיט א פריוואטע פליגער, און צוגאב האבן די עסקנים ארויסגעדינגען א ספעציעלער טשארטער פליגער פאר די הונדערטער חסידים ואברכי הכוללים וועלכע האבן געוואלט מיטהאלטן די נסיעה אן קיין נסיונות פון שמירת עיניים. צוליב די שווערע וועטער האט מען נישט געקענט לאנדען אינעם לופטפעלד אין שטאט דעברעצין נישט ווייט פון דאראג, דעם רבינס עראפלאן האט געלאנדעט אין אין גראסווארדיין ראמעניע, און די טשארטער פליגער האט געלאנדעט אין בודאפעסט נאך לענגערע שעה'ן פון טלטולי הדרך.


אנקומענדיג קיין דאראג איז די רבי צוגעפארן צום ארטיגן בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק' ווי מען האט געדאוונט מנחה, און שפעטער באנאכט נאכדעם וואס דער גאנצער עולם איז אנגעקומען קיין דאראג, איז פארגעקומען די מעמד תפילת רבים אויפן ציון הק', די עלייה לציון איז געווארן אריבערגעפירט דורך א הוקאפ צום ביהמ''ד הגדול אין בני ברק ווי הונדערטער חסידים זקנים עם נערים זענען געוועהן פארזאמלט און מיטגעהאלטן די מעמד התפילה. דער רבי האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון בהשתפכות הנפש, און דערנאך משמיע געווען דברי התעוררות און פארגעלערנט א שטיקל פונעם ספר הק' אמרי שפר, דערנאך האט די רבי געליינט קוויטלעך און זיך פארשפארט אינעם אהל הק' ביחידות און מתפלל געווען א תפילה חרישית לישועתן של ישראל.


נאך מעריב האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים באגלייט מיט כלי זמר, מען האט געזינגען פרייליכע ניגונים און די רבי שליט"א האט געזאגט תורה און דערציילט עובדות קודש. צומארגנס איז דער רבי אנגעקומען צום שטאט קערעסטיר וואו דער רבי האט פוקד געווען די ציון הק' פון הרה"ק רבי ישעי'לע קרעסטירער זי"ע בראש קהל חסידיו און דערנאך געדאוונט מנחה בביתו נאווה קודש פון הרה"ק רבי ישיע'לע נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים, פון דארט איז די רבי צוריקגעפארן קיין דאראג ווי די רבי האט געדאוונט מעריב פארן עמוד לרגל די יארצייט פונעם פאטער הרה"ח המפואר רבי שמואל ראזנפעלד ע"ה וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום, תיכף דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אין גראסווארדיין ראמעניע אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארצינו הקדושה.


אין די טעג ארום די יארצייט זענען צענדליגער שיירות אנגעקומען צום שטאט דאראג אין אונגארין פון ארץ ישראל, אמעריקא און אייראפע, ווי עס איז סערווירט געווארן מיני טעימה און סעודות הילולא ביד רחבה פאר די פילע עולים לציון הק', צוגעשטעלט דורך וועד הכנסת אורחים דאראג, אזוי אויך איז בעצם יומא דהילולא שבת קודש געפראוועט געווארן א שיינעם שבת באתרא דמר אין שפיץ פון הגה"צ רבי אברהם לויפער אב"ד דאראג וויליאמסבורג נכד בעל ההילולא מיט א גרופע חסידים ואנשי מעשה ונכדי בעל ההילולא.









Comments


bottom of page