top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא צוגאסט אין ארה"ק

  • לפני 45 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, יחיאל רייכמאן,JDN

חסידי אמשינאוו אין ארה"ק האבן מיט גרויס שמחה מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט אין ארה"ק, און האט געפראוועט דעם שבת פ' בהעלותך בקרב עדת חסידיו אין ירושלים עיה"ק.


דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אויף באזוך אין ארה"ק, לכבוד א חתונה פון איינע פון די חסידים, און וועט דארט פארוויילן במשך די וואך. מיטוואך צופרי גלייך נאכן אנקומען קיין ארה"ק האט דער רבי שליט"א זיך געאיילט קיין ירושלים, וואו ער האט אפגעראכטן תפילת שחרית ביים כותל המערבי. שפעטער ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען קיין קבר רחל אמנו ע"ה, וואו ער האט מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט.


מיטוואך אינדערפרי האט דער רבי ווידער געדאווענט שחרית ביים כותל המערבי, און דערנאך זיך אויפגעהאלטן ביים ציון פון דוד המלך ע"ה. שפעטער אינעם טאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום כולל "תורת יוסף" אמשינאוו אין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די אברכי הכולל. צו דעם געלעגנהייט האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די אינגעלייט, און דערנאך געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הכולל.


שבת קודש האבן הונדערטער חסידים און מעריצים זיך דורכגעדרייט ביי די תפילות און שולחנות הטהורים וואס דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן בקרתא דשופריא אין ירושלים עיה"ק אין ישיבת טשעכנוב אויף רחוב אבן האזל. מארגן מאנטאג וועט דער רבי שליט"א ארויספארן קיין גליל, פוקד צו זיין מקום מנוחת אביו כ''ק האדמו''ר מאמשינאוו זצ''ל ואבוה"ק אויפ'ן ביה"ח אין טבריה, און דערביי אויך פוקד זיין די קברי צדיקים אין צפת און אין אתרא קדישא מירון.



תגובות


bottom of page