נקדמה פניו בתודה: אלפי חסידי צאנז מקבל פנים געווען האד' מצאנז נאך לענגערע מסע הקודש קיין ניו יארק
- 4 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' יתרו י"ז שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
מיט שמחה והתרגשות האבן טויזנטער צאנזער חסידים מקבל געווען פני קדשו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע האט זיך צוריקגעקערט קיין ארצינו הקדושה נאך א לענגערע מסע הקודש קיין אמעריקא, ביי א גרויסן מעמד קבלת פנים וואס איז געווען קאמבאנירט מיט די שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט ראש השנה לאילנות.
דער גרויסער היכל ראזנבערג אין קרית צאנז נתני' איז געווען מלא וגדוש מיט טויזנטער חסידים, מלא רגש און בענקעניש לראות פני מלכם באנפה נהירין נאך די לאנגע וואכן וואס דער רבי האט זיך געפונען בארצות הגולה.
בערבו של יום נאך תפילת מנחה איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם גרויסן זאל צום שולחן הטהור לכבוד היום. לכבוד די מעמד קבלת פנים איז דער טיש געווען באגלייט בכלי זמר ושיר, ווען די משוררים האבן געזינגען פילע ניגוני התעוררות ושמחה, אויפן טיש זענען געווען אויסגעלייגט פילע סארטן פירות, אריינגערעכנט פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל.
דורכאויס דעם טיש זענען פארטיילט געווארן די ספעציעלע צעטליך "רצוננו למעשה", מיטן ציל זיך אונטערצונעמען פרישע קבלות טובות וחיזוק קעגן די פגעי טעכנאלאגיע, שטייענדיג אין די יעצטיגע ימי השובבי"ם הקדושים וואס זענען באשטימט אלס ימי חיזוק אין דעם ברענעדיגן נושא פון טעכנאלאגיע.
עס איז געווען צוגעשטעלט א סעודה פארן ציבור לכבוד היום, און דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און טועם געווען פון די פיש. דערנאך האט דער רבי געמאכט די ברכות הנהנין אויף פירות שבעת המינים און טועם געווען פון די אתרוג, און דערנאך געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.
דאן האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש, בעניני הפרשה ועניני דיומא, בסיום דבריו האט דער רבי אפגעגעבן א שבח והודאה שטייענדיג נאכן געהויבענעם נסיעה, און ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון וואס ער האט צוגעזען אין אמעריקא, זאגנדיג אז דער "מי כעמך ישראל" זעט מען איבעראל – חשוב'ע יונגעלייט יראי השם און לומדי תורה מיט התמדה, צו דער זייט פון בעלי צדקה וחסד וואס לאזן זיך קאסטן פאר כבוד שמים.
אויך האט דער רבי מעורר געווען דעם עולם מיט דברים היוצאים מן הלב איבער די קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע און מסיים געווען מיט פילע ברכות לרוב. נאכן בענטשן און שבע ברכות, האט דער רבי פארטיילט פירות פאר די יושבי המזרח און דערנאך פאר די אלע טויזנטער אינגעלייט און בחורים, וועלכע זענען דערביי דורך איבערצוגעבן די קבלות "רצוננו למעשה". ביי טייל פון די חסידים וואס זענען נישט דורך מיט קיין קבלות האט דער רבי זעלבסט געהייסן גיין אריינפילן די צעטלעך און צוריקקומען, כדי מחזק צו זיין דעם געוואלדיגן נושא.






















תגובות