בָרוּךְ הַנִּמּוֹל לִשְׁמוֹנָה: שמחת הברית בחצר הקודש זוועהיל געפראוועט ארום ימי ההילולא פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין, ארי קופרשטוק
א גרויסע שמחה האט די פארגאנגענע טעג געהערשט אין חצר הקודש זוועהיל, ווען הונדערטער חסידים, מעריצים, און תושבי ביתר האבן מיטגעהאלטן די גרויסע שמחת הברית מילה לבן הנולד ביי כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן בשילוב מיט די ימי ההילולא פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל בעל "משנת שלמה" וואס איז אויסגעפאלן בעצם יום השב"ק ב' אלול.
די ימי הוד האבן זיך אנגעהויבן שוין דאנערשטאג, ביים מעמד עלי' לציון הק' במרומי הר הזיתים, נאכגעפאלגט מיט א גרויסע התכנסות און שולחן לחיים אין ביהמ"ד הגדול זוועהיל אין ירושלים, וואו עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן פונעם בעל ההילולא הרה"צ רבי מיכל רויזנבוים שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א.
דער שבת של שמחה, און שבת יארצייט איז פארגעקומען במקום מגוריו פונעם רבי'ן שליט"א אין שטאט ביתר, וואו עס איז צוגעשטעלט געווארן אש"ל מלא פאר די פילע געסט וואס זענען געקומען צופארן אויף שבת.ביים טיש פרייטאג צונאכטס האבן זיך מאסן אידן אריינגערעכנט מערערע רבנים פון שטאט, געשלענגערט דורכצוגיין צום רבי'ן שליט"א, אפצוגעבן מזל טוב, און דער גאנצער טיש איז געווען באגלייט מיט פרייליכע ניגונים און ריקודין.
שבת בייטאג האט דער רבי שליט"א מיטגעגעסן די סעודה דצפרא דשבתא מיטן עולם. במשך די סעודה האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה פאר די חסידים על פי דרכו ומשנתו פון אביו דער בעל ההילולא, און באזונדער האט מען געהערט א דרשה דורך דער נואם הכבוד, הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי שליט"א, אבד"ק סלונים ביתר, זון פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א.
מוצאי שבת איז פארגעקומען דער מעמד "קריאת שמע ליינען", מיט דער השתתפות פון אלע ילדי הקהילה. די קינדער האבן אינאיינעם געזאגט קריאת שמע, און נאכן מעמד זענען אלע קינדער אריבער דעם רבי'ן שליט"א צו באקומען פעקלעך מיט מיני מתיקה.
שפעטער ביינאכט, איז פארגעקומען דער סעודת "הוואך נאכט", בשילוב מיטן סעודת מלוה מלכה, בהשתתפות חשוב'ע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מנדבורנה ביתר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאסטאן ביתר שליט"א, הגאון רבי שלמה הלוי איצקוביץ רב דחסידי וויזניץ ביתר, הגה"צ אבד"ק בודפעסט שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראפשיץ ביתר שליט"א, און נאך חשוב'ע רבנים פון שטאט.
זונטאג אינדערפרי האט זיך דער ציבור ווידער פארזאמלט אין ביהמ"ד הגדול זוועהיל אין ביתר וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית שמחת הברית ברוב עם הדרת מלך.
די רבי שליט''א - אבי הבן האט געזאגט די פסוקי יחוד, מיט סנדקאות איז מכובד געווארן כ''ק האדמו''ר מלויצק שליט''א, ברכות וקריאת השם האט געזאגט די פעטער הגה"צ גאב''ד זוועהיל שליט''א, ויקרא שמו בישראל, חי יצחק נאכן זיידן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל בעל אמרות טהורות וואס מען שטייט נאך סמוך ונראה צו זיין יארצייט וואס איז אויסגעפאלן ערב ראש חודש אלול.
מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן הרה"ג רבי אברהם שרגא שטיגליץ שליט"א דומ"ץ צאנז ביתר. די איבעריגע כיבודים זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס, קינדער פון כ"ק האדמו"ר בעל ה"אור אברהם" מזוועהיל זצ"ל, און דעם רבינס ברודער הגה"צ רבי יעקב לייב גאלדמאן שליט"א אבד"ק זוועהיל בני ברק.
גלייך נאכן ברית איז פארגעקומען א גרויסער שולחן לחיים לכבוד די שמחה, בהשתתפות אדמורי"ם ורבנים, ובראשם דער מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר. די חסידים האבן אויסגעבראכן מיט ניגוני שמחה און זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ.
נאכן מעמד זענען אלע משתתפים אריבער דעם רבי'ן שליט"א צו אפגעבן מזל טוב און מקבל זיין ברכת קדשו בעידנא דחדוותא, און דאן האט נאכגעפאלגט די סעודת הברית, וואס איז געפראוועט געווארן מיט גרויס שמחה, בהלל והודאה.
במשך די סעודה האט דער רבי שליט"א מעודד געווען די ניגונים, און געשיקט לחיים פאר אלע חסידים, ביי די סעודה האט זיך משתתף געווען דעם רבינס מחותן, כ"ק האדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, וועם דער רבי האט אויפגענומען ביותרת הכבוד.














































































































































תגובות