קורצע בליץ באזוך פון האד' מביאלא באזוכט אין שטאט אנטווערפען
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין אנטווערפען אויף א קורצע באזוך לכבוד א משפחה שמחה האט פאריגע וואך דינסטאג נאכט אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואו עס איז געשאפן געווארן א הערליכע שמועס וואו דער רבי האט דערמאנט זיינע זכרונות פון הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע בעת זיין באזוך אין אנטווערפען און די חיבה יתירה פונעם זיידן הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע צום חלקת יהושע. אויך איז ארומגעשמועסט געווארן איבער די אומצאליגע ספרים פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב וואס זענען ארויס לאור עולם אין לויף פון די יארן. דער רבי שליט"א האט דאן מכבד געווען דעם גאסט מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד. פריער אין טאג האט דער ביאלא רבי שליט"א באזוכט ביים מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וואו עס איז אויך אנטוויקלט געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה וחסידות.














תגובות