שטאט שינאווא פיבערט מיט לעצטע הכנות צום הילולא קדישא און מעמד הנחת אבן הפינה פאר 'בית שינאווא'
- בחצרות הקודש

- 5 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

אינעם הייליגן שטעטל שינאווא ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צו ענטפאנגען די טויזנטער געסט און מאסן שיירות וועלעכע לאזן זיך ארויס פון נאנט און ווייט זיך משתטח זיין על ציון קדשו הייליגן שינאווא רב זי"ע בעיצומו של יום ההילולא קדישא, און איבערהויפט צום גרויסאַרטיגער מעמד הנחת אבן הפינה ווען מ'וועט ענדליך זוכה זיין צו גיסן די יסוד אינעם גיגאנטישן בנין כלילת היופי 'בית שינאווא' סמוך ונראה למקום מנוחת קדשו פונעם בעל ההילולא.
ווי ברייט באריכטעט האט וועד 'בית שינאווא' גענומען אַ מיסיע אויף זיך צו לאָזן בויען די ריזן געביידע וואס וועט אנטהאלטן א בית מדרש, מקווה טהרה און הכנסת אורחים צו פאַרלייכטערן פאַר די פילצאָליגע משתטחים וואָס קומען מתפלל זיין אויף אַזאַ מקום מסוגל, אצינד וועט אפגעראכטן געווארן די היסטארישע מעמד וואס טוט אַרויסהייבן פרייד פאר דאָס יהדות החרדית איבער דער גאָרער וועלט, וואָס טוען אָנווענדן די אויגן אין ריכטונג פון שינאָווע, און קוקן אַרויס אויף די הצלחה פון דעם ריזן אונטערנעמונג, און וואַרטן שוין אויף די טאָג ווען מ'וועט ענדגילטיג באַנייען די הערליכע געביידע.
די היינטיגע מעמד איז ערווארטעט צו זיין אַן היסטאָרישע מאורע וואָס וועט אַריינלייגן די שטאט שינאָווע אין אַ נייע עפאָכע, עס וועט זיך אנהייבן מיט א מעמד רחמים ובקשה באתרא קדישא דמר בעיצומו של יום, דערנאך וועט פארקומען די געהויבענע מעמד קאמבאנירט מיט א סעודת הילולא רבתי לכבודו של צדיק, מיט די השתתפות פון הרבנים הגאונים הצדיקים נכדי בעל ההילולא, די מעמד וועט ווערן אנגעפירט דורכן טאלאנטפולע ראש המדברים הרב ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן, און אלס נואם הכבוד וועט אויפטרעטן כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א נכד בעל ההילולא בנו מ"מ פון כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל וועלכע האט אוועקגעשטעלט א שם ושארית און מפרסם געווען שמו וזכרו של צדיק בעולם, און חדב"ן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
דורכאויס דעם גאנצן טאג וועט זיין צוגעשטעלט מנינים לתפילה, סעודות און אלע באדערפענישן פאר די פילע אידן וואס קומען צופארן פון איבער די וועלט פוקד זיין די הייליגע ציון אויספוילן ישועות און רפואות וכל מילי דמיטב.



















תגובות