וזוכר חסדי אבות: מסע הקודש פון האד' מאמשינאוו צו די מקומות הקדושים אין אייראפע
- בחצרות הקודש

- 10 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 10 בפבר׳
מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דעם ענדע וואך האט זיך כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא צוריקגעקערט פון א דערהויבענע נסיעה צו די מקומות הקדושים אין פוילין, לרגל די הילולא קדישא פונעם זיידן הרה"ק רבי יוסף מאמשינוב זי"ע וואס איז אויסגעפאלן ג' שבט.
דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון מעון קדשו אין בארא פארק דאנערשטאג בא אין באגלייטונג פון א גרופע חסידים, אויפן וועג קיין פוילין. אנקומענדיג קיין פוילין איז מען תיכף צוגעפארן קיין פשיסחא און פוקד געווען דעם ציון הק' פון צדיקי בית פשיחסא זי"ע. דערנאך איז מען ארויסגעפארן קיין ליזענסק און פוקד געווען ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע.
דאן האט מען גענומען א באן אריבער די גרעניץ קיין אוקריינא וואו מ'האט פוקד געווען דעם ציון הק' פון הייליגן ר"ר זושא זי"ע אין האניפאלי בעצם יומא דהילולא ב' שבט. מ'האט דארט געדאווענט שחרית און דערנאך איז מען ארויסגעפארן קיין מעזיבוזש, ווי דער רבי האט געפראוועט שבת אויף א גאר געהויבענעם פארנעם בצילא פונעם אור שבעת הימים. די תפילות פרייטאג צונאכטס האט דער רבי געדאווענט אין די בעל שם טוב'ס שוהל און שבת צופרי אין הייליגן אפטא רב'ס שוהל. פרייטאג און מוצאי שבת איז דער רבי ארויף אינאיינעם מיט די חסידים פוקד צו זיין דעם ציון הק' פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע.
מוצאי שבת איז מען צוריקגעפארן קיין פולין און געדאווענט שחרית אין שטאט ליזענסק. דערנאך האט מען פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק רבי איציק'ל מווארקע ווי מ'האט אויך געזינגען ניגוני התעוררות.
צום קלימאקס איז מען ארויסגעפארן קיין ווארשא און פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק רבי יוסף מאמשינוב זי"ע בעצם יומא דהילולא. דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט ספר חמישי שבתהילים מיט גרויס התעוררות און דערנאך גענומען קוויטלעך פון די חסידים א לענגערע וויילע להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
לויט די ארגינאלע פלאן האט דער רבי געזאלט צוריקקומען קיין ניו יורק זונטאג, אבער דער רבי האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו פארבלייבן אין ווארשא אויף נאך עטליכע טעג און סוף וואך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט למעון קדשו אין ניו יורק.

































תגובות