top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אין לשכוח: האד' מוויזניץ פראוועט זעלטענעם שבת אויסשליסליך מיט די ילדי תינוקות של בית רבן

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש

אין די סעריע פון שבתים וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ווידמעט פאר די צעירי הצאן, בחורים און קינדער פון אלע יארגענג, לקראת "י"ב שבט" וואס דער רבי האט באשטימט אלס ר"ה לחסידות, איז דעם פארלאפענעם שבת פר' ויחי ספעציעל געווען געווידמעט פאר די ילדי תשב"ר, ווען אויף אן ערשטמאליגן פארנעם האט דער רבי אפגעראכטן די שולחנות הטהורים, אויסשליסליך מיט די ילדי חמד.


לכבוד דעם שבת זענען די הונדערטער ילדי החסידות געקומען  צו פארן פון איבער גאנץ ארץ ישראל לעלות וליראות, מיטצולעבן דעם זעלטענעם שבת מרומם בצלא קדישא פונעם רבי'ן שליט"א.


א מחזה הוד איז געווען במשך דעם גאנצן שבת צו זען דעם וירד מן ההר אל העם, ווי דער רבי שליט"א פארברענגט פריוואט מיט די לעכטיגע צאן קדשים וואס זענען אויף דעם שבת זיינע פערזענליכע געסט ביי אלע תפילות און טישן.


די קאפעליע דורכאויס שבת איז געווען צאמגעשטעלט פון צווישן די קינדער, וואס האבן בקולם הנעים מהנה געווען מיט די שירות ותשבחות.


בכניסת השבת נאך מנחה האט דער רבי משמיע געווען א שיחת קודש פאר די קינדער מיט ווארעמע דברי הכנה לקראת שבת, און נאכ'ן דאווענען האבן די קינדער געזינגען עטליכע ניגונים און דערנאך האט זיי דער רבי אלע געבענטשט מיט "ברכת הבנים".


דערנאך האט מען באגלייט דעם רבי'ן צום היכל הישיבה וואו ס'איז געווען דער קלימאקס פונעם שבת, דער עריכת שלחן הטהור וואס איז אפגעראכטן געווארן אויסשליסליך מיט די קינדער, און טייל פון די קינדער האבן זוכה געווען לעמוד לשרת בקודש, אויסגעקליבענע קינדער זענען געווען די גבאים, און ווי אויך אלע שיינע כיבודים ביי די זמירות און ברכת המזון האט דער רבי פארטיילט פאר די קינדער.


דורכאויס דעם טיש האט מען אויך געזינגען עטליכע הארציגע ניגונים וואס די קינדער האבן ספעציעל פארפאסט לכבוד דעם שבת.


במשך די טיש האט דער רבי געמיטלעך פארברענגט מיט די קינדער און משמיע געווען לענגערע שיחות קודש והדרכות ישרות, און גאר רייכע שמועסן איבער די מקורות פון די ניגוני וויזניץ.


צווישן די שיינע מאמענטן ביים טיש איז געווען ווען דער רבי האט פארהערט די קינדער, פארשטעלנדיג פארשידענע שאלות בעבודת ה' במשנת צדיקי בית וויזניץ און די שיטה הקדושה, און אויסגעדרוקט א שטארקע קורת רוח צו הערן די געשליפענע תשובות וואס די קינדער ענטפערן ספאנטאן בשפה ברורה, און ווי זיי זענען אזוי דבוק לאילנא דחיי צדיקי בית וויזניץ און די הייליגע מסורה.


שפעטער איז געווען די "פירות טיש", און די גאנצע טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך בסך הכל פארצויגן צו "זעקס שעה" נאכאנאנד!


שבת אינדערפרי נאכ'ן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך פאר אלע קינדער. נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריבער צום מיטאג טיש אין היכל הישיבה, וכך מעשהו בשני', האט זיך דער רבי אראפגעלאזט צו די קינדער און משמיע געווען ווארעמע שיחות קודש בדרכי החסידות.


שפעטער מוצאי שבת איז דער רבי אריינגעקומען צו שלש סעודות אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם, וואו דער רבי האט תיכף אנהייב טיש ארויסגעגעבן פאר'ן ציבור זיינע געוואלדיגע הרגשים נאכ'ן מיטלעבן דעם שבת מיט די קינדער, און אויסגעדרוקט זיין טיפע התפעלות פון די הערליכע חינוך מיט וואס די קינדער ווערן נתחנך, וכל רואיהם יכירון כי זרע ברך ה' המה.


מוצאי שבת האבן די קינדער געזינגען די ניגונים, אזוי ווי איינגעפירט ביי נעילת החג, און ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.

bottom of page