בארא פארק: מאסן באלאגערן ביתו נאוה קודש פון האד' מלעלוב ביי קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
מאסן האבן פאריגע וואך באלאגערט ביתו נאוה קודש פון כ"ק האדמו"ר מלעלוב שליט"א אין בארא פארק, ווי דער רבי שליט"א האט אין אן אומגעווענליכן שריט, אויפגענומען די חסידים מיט קוויטלעך לקראת ימי הרחמים והרצון.
ווי באקאנט איז גאר שווער צוצוקומען צום לעלובער רבי'ן שליט"א, וועלכע פראוועט זיין געהויבענעם עבודת הקודש למעלה מן הזמן און עס מאכט זיך זעלטן אז עס זאלן זיין באשטימטע זמני קבלת קהל ביים רבי'ן שליט"א. פארלאפענעם וואך נאך מערערע הפצרות פון די חסידים, האט דער רבי שליט"א באוויליגט אויפצונעמען די חסידים מיט קוויטלעך להתברך בברכת השנים.
אין א מודעה וואס איז ארויסגעשיקט געווארן צו די חסידים, איז געמאלדן געווארן אז דער רבי וועט אויפנעמען דעם ציבור, דעם דינסטאג אנגעהויבן פון ניין אזייגער ביינאכט. צו די באשטימטע צייט זענען זיך מאסן אידן צעלאפן וועלענדיג אריינכאפן א ברכה ביים צדיק. הונדערטער אידן האבן זיך געשלענגעלט אין די רייען און זענען אריינגעגאנגען בפתקי ופדיון איבער דריי שעה נאכאנאנד, וואו דער רבי האט יעדן געוואונטשן בברכה השנה און פארטיילט האניג לשנה טובה ומתוקה.
נאך גאנצע דריי שעה, איז באפאלן אויפן רבי'ן א שוואכקייט און דער רבי האט שוין נישט געהאט די כוחות ווייטער אויפצונעמען די חסידים, צוליב דעם וואס אינדרויסן האבן נאך געווארט פילע אידן אריינצוגיין צום רבי'ן, האט דער רבי בלויז פארטיילט געבענטשע האניג פאר די אלע אידן, מיט די האפענונג צו קענען משלים זיין די קבלת קהל אין די קומענדיגע טעג.











תגובות