top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית ליזענסק • שמחת התנאים פון הכלה תחי' טאכטער פון האד' מליזענסק פארגעקומען בהיכל הישיבה

מאנטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ישראל באבד


תלמידי וחסידי ליזענסק האבן די וואך מוצאי שבת מיטגעהאלטן דעם שמחת קישור החיתון און מסיבת תנאים פון הכלה טאכטער פון כ''ק האדמו''ר מליזענסק שליט''א עב"ג החתן א זוהן פון הרה''ג רבי מרדכי מתתי' האלפערט שליט"א פון קרית יואל. דער שמחת התנאים איז פארגעקומען אינעם היכל הישיבה אין קרית ליזענסק אין מאנסי, ווי פילע תלמידים, חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מיטגעפרייט בשירה וזמרה ובריקודין. צום ערשט האט אויפגעטרעטן דעם רבינס זוהן הרה"צ רבי שרגא יודא שטערן ראש ישיבת ליזענסק, וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם גרויסן התרגשות שטייענדיג ביים ערשטן שמחה נאכן הסתלקות פון זקינו כ"ק אדמו"ר בעל 'נועם יוסף' מליזענסק זצ"ל. דאן האט די רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הגה"צ ר' ברוך שטערן שליט"א אב"ד מירון מאנסי מיט קריאת תנאים. און נאכ'ן ברעכען טעלער איז מען ארויס אין א שמחה'דיגע טאנץ. דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט מיט א גרויס התרגשות של שמחה ארומגערעדט איבער די גרויסע שמחה, ווען די אבות הקדושים קומען אראפ זיך מיטפרייען אין אזא זמן, און דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן אז עס זאל זיך ווייטער ציען די גאלדענע קייט עד ביאת הגואל. דערנאך איז דער ציבור אדורך וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר די רבי שליט"א, חתן, און מחותנים. צווישן די חשובע רבנים וועלכע זענען געקומען אפגעבן מזל טוב ביי די שמחה האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט''א, כ''ק האדמו"ר מחוסט נדבורנא שליט"א, הגה"צ גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א, אין נאך.

נאכן מעמד איז פארגעקומען די מנהוג פון פידל שפילן, ווי מען האט געזינגען נגוני שמחה והתעוררות.




























Comentarios


bottom of page