top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עולו ואתכנשו: אלפי חסידי באבוב 45 ביי סעודת הילולא פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זיע"א

  • לפני 17 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' כי תשא • י"ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום

מיט אן אויסטערלישע התעוררות האבן טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, מיטגעהאלטן די סעודת ההילולא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל, דעם מוצאי שבת אור ליום י"ב אדר העעל"ט, אין שפיץ פון חתנו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.


די סעודת ההילולא איז אפגעהאלטן געווארן אינאיינעם מיט די מלווה מלכה אין בית המדרש הגדול באבוב-45, און איז באשיינט געווארן מיט דער הערליכער בימת הכבוד וועלכע איז באזעצט געווארן דורך צענדליגער אדמו"ים ורבנים חשובים פון שטאט.


דער געהויבענער מעמד, וועלכע דינט אלע יארן אלס דער זמן קהילה לכל, איז אויך דאס יאר פאראיבער גאר התרוממות'דיג אין אן הייליגע שטימונג. דורכאויס די סעודה זענען געזונגען געווארן ניגוני התעוררות וואס ווערן געזונגען ביי די יומי דהילולא בחצר בית באבוב, אזוי אויך די זמירות מלווה מלכה מיט וואס דער רבי האט מכבד געווען די משמשים בקודש פונעם בעל ההילולא.


נאכן טרונקן לחיים האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן די גאנצע עדה קדושה און הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א חתנו הגדול פונעם רב זצוק"ל, האט געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל הילולא. באלד דערנאך האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם התחלת הש"ס, וואס וועט ווידער פארענדיגט ווערן צום קומענדיגן יומא דהילולא שנת תשפ"ז.


מיט א יראת הכבוד האט מען זיך איינגעהערט צו די דרשה פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, נאך די דרשה האט מען ווייטער געזונגען, און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די דברות קודש לרגל ההילולא קדישא. דער רבי שליט"א האט משלב געווען דברי אגדה ודרוש און כדרכו ארומגערעדט מגדולתו של אותו צדיק אמת איבערהויפט זיין עבודת ה' בלתי לה' לבדו.


בסיום דברות קדשו האט דער רבי שליט"א דערמאנט דער מלחמה אין ארץ ישראל, און מעורר רחמים געווען אויף אידן איבער די וועלט און בפרט אויף אחינו בני ישראל יושבי ארץ הקודש, דער רבי האט געזאגט אז מ׳טאר נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די נייעס למיניהם מען דארף וויסן אז בלויז דער אויבערשטער היט אונז אפ און קען אונז אויסלייזן פון דעם פינסטערן גלות, נישט די ציוניסטישע אדער אמעריקאנער ארמיי, מ׳טאר נישט נתפעל ווערן פון זייערע מעשים, נאר בעטן און האפן צום בורא כל עולמים, אז קיין שום איד זאל נישט געשעדיגט ווערן חלילה. דער רבי האט דערמיט אויסגעטייטש דעם פסוק אין תהילים שיר למעלות אשא עיני אל ההרים מאין יבא עזרי, עזרי מעם ה' וכו', און מסיים געווען מיט פיל ברכות בזכותו פונעם בעל ההילולא.


דערנאך האט דער משמש בקודש הרב חיים יונה ווייס איבערגעגעבן וויכטיגע הוראות און אנווייזונגען לימי הפורים זייענדיג דאס ערשטע יאר וואס מען וועט פראווען די ימי הפורים אינעם בית המדרש הגדול והחדש.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, און נאכ'ן בענטשן האט זיך דער גאנצער עולם געשלענגלט א לענגערע צייט אדורכצוגיין אויפ'ן אויבנאן אויף ברכת לחיים.


צווישן די פילע רבנים אויפן אויבן אן האבן באשיינט האדמור"ים והרבנים מבית חיים יהושע, דאמבראווא, נירבאטור, הרה"צ רבי ישראל ארנסטר, הגה"צ רבי לייבל וויליגער ר"מ במתיבתא תורה ודעת, אבד"ק פאקשעוויץ, הרה"צ רבי דניאל רוקח מליזענסק, און נאך פיל.


אין טאג פון דער יומא דהילולא זונטאג י"ב אדר, האבן טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן געשטראמט צום ציון הק', אויפן באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צופרי צו תפילת שחרית ברוב עם, וואו בנו הרה"צ רבי שלום אונגער שליט"א האט פארגעדאוונט פארן עמוד לכבוד די הילולא, פארמיטאג זענען באסעס ארויסגעפארן צום ציון אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכע האט כנהוג פארגעזאגט די ח"י קאפיטלאך תהלים בקול רם מיט גרויס התרגשות, בפרט האט די התעוררות גובר געווען ביי די "יהי רצון" און י"ג מדות של רחמים. נאך תהלים האט דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' שלום אונגער שליט"א געזאגט דעם קדיש, און הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א האט פארגעלערנט משניות.


דאן האט זיך דער רבי שליט"א משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' א לענגערע וויילע, און דערנאך זיך געזעצט ביים ציון הק' און געליינט די פילע קוויטלעך פון די חסידים אויסצובעטן ישועתן של ישראל בכלל ובפרט.


אזוי אויך זענען פארגעקומען סעודות הילולא אין אלע בתי מדרשים דחסידי באבוב 45 בכל אתר ואתר, ווי די חסידים האבן ברוב עם זיך מייחד געווען בזכרון קדוש פונעם בעל הילולא, ארומגערעדט בדברי תורתו און פארציילט עובדות וסיפורים מקדושתו ועבודתו. 



bottom of page