top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זה מזה: באגריסנדע פאראייניגונג פון ביידע סאטמארע קהלות אין לאנדאן פארמירט ערשטמאליגע "ביזנעס עקספאו" אין שטאט

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש

אין א באגריסנדע שריט פון "לכו והתפרנסו זה מזה" איז נארוואס באשטעטיגט געווארן איבער אן ערשטמאליגע "ביזנעס עקספאו" אין עיר הבירה לאנדאן, וואס וועט אויף אן ערשטמאליגן פארנעם פאראייניגן ביידע סאטמארע קהלות אין שטאט, וואס טוען ארגאניזירן דעם עקספאו בשבת הקהלות גם יחד, אויף א באחדות'דיגן פארנעם.


דער עקספאו, גערופן ביים נאמען "פרנסה סאמיט", וועט פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג פר' ויקהל פקודי אין די גיגאנטישע מערידיען גרענד זאל, געווידמעט אלס זמן קהלה לכל, פאר אלע ביזנעסלייט פון די סאטמארע קהילות אין שטאט, און פאר אלגעמיינע תושבי העיר, צו מאכן ביזנעס אינאיינעם און זיך שטיצן איינער דעם צווייטן.


דאס איז אן ערשטמאליגע חסיד'ישע ביזנעס עקספאו אין לאנדאן, און די עסקנים פון ביידע סאטמארע קהלות ארבעטן מיט א געמיינזאמע צוזאמענארבעט, אין פארבינדונג מיט די סאטמארע קהלות אין ניו יארק, וואס האבן שוין מיט סוקסעס דורכגעפירט די סאטמארער ביזנעס עקספאוס אין אמעריקע, צו נעמען ראט-און-טאט, צו קענען אהערשטעלן א סוקסעספולער עקספאו וואס וועט בענעפעטירן די הונדערטער בני הקהלה אין לאנדאן.



bottom of page