האד' מבאבוב 45 אפגעשטאט באזוך בקרב חסידיו אין שטאט מאנסי לרגל ראש חודש סיון
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ
כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די וואך בעפאר שבועות אין די מאנטיבעלא געגענט נעבן מאנסי למנוחת הנפש, איז דעם זונטאג ראש חודש אנגעקומען אויף תפילת שחרית אינעם ביהמ"ד המרכזי דחסידי באבוב 45 אויף בלאווארד ראוד אין שטאט, וואו עס האבן מיטגעדאווענט פילע חסידים, בעלי בתים, אברכים, בחורי חמד און די עלטערע ילדי התלמוד תורה.
דער רבי שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל און עולה געווען לתורה. צו מוסף האט די רבי צוגעשיקט הגה"צ רבי צבי הירש ראבינאוויטש אבד"ק באבוב 45 מאנסי. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית ביי איינע פון די חסידים וואו דער רבי איז געווען סנדק.
עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לכבוד היום וואו דער רבי האט פארגעזונגען ברכי נפשי כנהוג און דאן משמיע געווען דברות קודש מיט רמזים נפלאים ארום דעם גרויסן טאג פון ראש חודש סיון.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד סיום כתיבת האותיות פארן ספר תורה וואס הנגיד ר' מרדכי וואלדמאן הי''ו מחשובי חסידי באבוב 45 גיבט אריין צום ביהמ''ד זכרון נתן לייב ד'באבוב 45 אין שטאט מאנסי. נאכן מעמד לחיים איז דער גאנצער ציבור דורך אל מול פני הקודש לברך ולהתברך און די רבי האט זיך צוריק געקערט צום אכסניא אין די מאנטיבעלא געגענט וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן ביז ערב יום טוב.




















