top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהא בואו לברכה: האד' מוויזניץ ערווארטעט אויף קורצע באזוך אין עיר הבירה לאנדאן

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש

דעם קומענדיגן וואך פרשת תרומה וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אונטערנעמען א קורצע בליץ באזוך קיין עיר הבירה לאנדאן, צו באשיינען עטליכע שמחות ביי די חסידים און נאנטע מקורבים.


דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל דעם קומענדיגן דינסטאג תרומה אינדערפרי. אויפדערנאכט וועט דער רבי באשיינען די חתונה לבן אחד מחסידיו אין שטאט.


צומארגנס, מיטוואך אינדערפרי ב' דראש חודש אדר וועט דער רבי שליט"א דאווענען תפילת שחרית ברוב עם בבית מדרשו אויף די צענטראלער סטעמפארד הילל גאס אין לאנדאן אינאיינעם מיט קהל חסידיו תושבי העיר.


דער הויפט ציל פונעם איצטיגן באזוך איז די חתונה מיטוואך נאכט ביי די צוויי עסקנים און נאנטע מקורבים פונעם רבי'ן שליט"א, הרה"ח ר' אברהם פיפקא הי"ו, עסקן נמרץ לכל קדשי בית וויזניץ, און הרב דוד ראטה שליט"א, ראש הכולל דחסידי וויזניץ אין לאנדאן, און א אייניקל הרה"ח ר' ישראל וואלצער הי"ו בעל האכסניא פונעם וויזניצער רבי'ן אין שטאט לאנדאן, וועלכע ציילט זיך אויך צווישן די אנגזעהנע עסקנים אין די וויזניצער קהילה אין לאנדאן.


דאנערשטאג תרומה וועט זיך די רבי שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ ישראל, וואו דער רבי וועט תיכף צופארן קיין ערד, און זיך דארט אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן אויף אפרוה.

bottom of page