top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני כמה שניות
  • זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

האדמו"ר מקארלין סטאלין אין א פריינטליכע שמועס מיטן בארימטן פילאנטראפ לב לבייב ביים גרויסן צוזאמקום דורך טויזנטער בני תורה פון די באכארישע קרייזן פארגעקומען אין די גיגאנטישע בניני האומה זאל אין ירושלים.


האדמו"ר מסערדאהעלי איז מעיין אין זיינע כתבים אויפן פליגער אונטערוועגנס קיין ארץ הקודש וואו דער רבי איז צוגאסט די טעג לכבוד די יארצייט פון אמו הרבנית מסאמבאטהעלי ע''ה.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים מקיים זיין די זעלטענע מצוה פון שילוח הקן ביים בנין המתיבתא צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק.


דער ברכת הקודש פון האדמו"ר מפשעווארסק נאכן מעמד נעילת החג פונעם דערהויבענעם יו"ט שבועות.


דער זקן ראשי הישיבות הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז באשיינט ביים נעילת החג טיש בחצר הקודש וויזניץ לכבוד די הכנסת ספר תורה וואס האדמו"ר מוויזניץ האט אריינגעגעבן ערב יום טוב צום ביהמ"ד אין קרית וויזניץ.


דער לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש סאטמאר הרב משה פריעדמאן בנועם שיח מיט הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א אבד"ק בית ברוך אין קרית יואל בנו הצעיר פון האדמו"ר מסאטמאר אינעם חצר בבית בנו הנגיד ר' ליפא פריעדמאן אין מאנסי נאכן מעמד סוקסעספולער חלוקת הירושה פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג.


יברך את הנערים: האדמו"ר מתולדות אהרן ביים בענטשן די כתה א' קינדערלעך פון תלמוד תורה תולדות אהרן אין טבריה בברכת כהנים, וואו די רבי איז זיך נוהג ביי די חומש סעודות אין די מוסדות.


הרה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן האדמו"ר מתורת חכם פארגיסט טייכן טרערן בשעתן זינגען די הארציגע "תורת ה' תמימה" פונעם אוצר הטוב לבית וויזניץ, ביים נעילת החג טיש דעם מוצאי יום טוב שבועות.


די לעבעדיגע ריקודין ביים קבר דוד המלך אין אלטשטאט ירושלים, לכבוד די הילולא קדישא פון דוד מלך ישראל וואס געפאלט אויס אום יום טוב שבועות.


הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, סופר מומחה אין קרית יואל, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' אביגדור שלום שווארץ הי"ו, א מומחה אין אנטיק-חפצים, ביים איבערקוקן די תפילין פון הרה"ק בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, וואס איז נארוואס צוריקגעקערט געווארן צו די ברידער און שוואגער האדמורי”ם והרבנים שליט”א בני הרה”ק בעל ברך משה מסאטמאר זי”ע.


די געשטיקלטע אויסצוגן פון א שיחת קודש דורך האדמו"ר מאמשינוב, וואס איז געדרוקט געווארן אינעם אמשינוב'ער גליון "יראה ושמחה", וואס אינשי דלא מעלי האבן פון דעם ארויסגענומען אן אזויגערופענע הנחה אז כאילו דער רבי האלט אז מ'מעג אויף געוויסע אופנים און מקומות ארויפגיין אויפ'ן הר הבית, וואס איז שפעטער פארלייקענט געווארן דורכן רבינס זון הרה"צ רבי משה מיליקובסקי שליט"א.


האדמו"ר מבאבוב באגריסט דער בעל מנגן ר' אביש בראדט הי"ו חבר הנהלת כולל חבת ירושלים ביים דינער פאריגע וואך לטובת הכולל.


הרה"צ רבי דוד אלתר שליט"א בנו הצעיר פון האדמו"ר מגור און האדמו"ר רבי יצחק אבוחצירא שליט"א פון צפת ביים זיך באטייליגן ביים שמחת הבר מצוה פונעם עלטסטן זון פון המקובל הרה"צ רבי דניאל שוסטער שליט"א פון ירושלים.


האדמו"ר מבאבוב מערקט "קרישקעס" אין א שמועס מיט הרב מנחם מאיר שווארטץ משב"ק האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג, ביים "מסורה" דינער לטובת כולל חבת ירושלים אין בארא פארק, וואו דער רב האט זיך אינטערסירט בשלומו פונעם צאנז קלויזענבורגער רבי'ן וועלכער האט זיך נישט פערזענליך באטייליגט ביים דינער צוליב א חולשה.


גאב"ד סאטמאר מאנסי טרעט אויף ביים מעמד "בוני ברוכי" ערב ראש חודש סיון אינעם נייעם ת"ת געביידע "בנין ווערצבערגער", וואו די חשובע נדיבי ובוני הבנין האבן געזאגט די תפילת השל"ה אינאיינעם מיט די ילדי תשב"ר.


גרויס פרייד ביי חסידי תולדות אברהם יצחק ביים צונעמען די סקעפאלדס און אויפוויקלן די נעצן פונעם בנין ביהמ"ד החדש אין ירושלים עיה"ק, וואס אנטפלעקט דעם פראכטפולן בנין אדיר וואס ווערט געבויט לשם ולתפארת אין די צעשטופטע געסלעך פון מאה שערים.


גאב"ד מאקאווא שפאצירט אויף די הייליגע געסערליך פון מעזיבוזש ערב יום טוב שבועות ארומגענומען מיט תלמידים וחסידים.


האדמו"ר מבאבוב איז מפריש א סכום הגון לצדקה לטובת קופת מאיר בעל הנס, כולל חבת ישראל פארן מנהל הכולל הרה"צ רבי בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא.


הנגיד החסיד ר' יצחק סימקאוויטש הי"ו פון בארא פארק ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מתולדות אהרן בעת די חתונה הגדולה די וואך פון אן אייניקל ביים רבי'ן.


הנגיד החסיד רבי יצחק שווארטץ הי"ו מייסד ופטרון חבורת תורתך שעשועי דק"ק סאטמאר, טרעט אויף ביים סיום מסכת גיטין אין ראם פון חבורת ובהם נהגה דחסידי וויען אין וויליאמסבורג.


די ברידער האדמור"ים מנדבורנה ירושלים און נדבורנה אלעד אין א שמועס בנועם שיח ביי א משפחה שמחה די וואך.


האדמו"ר מבאבוב אין א דביקות'דיגע מאמענט בשעת די מעמד החופה די וואך בשמחת בית באבוב. לידו פונעם רבי'ן ווערט געזעהן הנגיד ר' ישראל אלכסנדר ענגלענדער עמוד התווך פון חצר הקודש באבוב.


ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א אין א ריקוד מיט הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א בעת זיין באזוך די וואך אין די טשעבינער ישיבה.


הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א אינעם לוד לופטפעלד ביים אהיימפארן קיין ניו יארק נאכן מיטהאלטן די געהויבענער יום טוב שבועות בצל אביו האדמו"ר מוויזניץ.


א דעלעגאציע בשליחות הקודש פון האדמו"ר מוויזניץ ביים שמחת החתונה בבית הרב יוסף בנימין ווייס רב ביהמ"ד חיי נפש אין ירושלים, דעם רבינס בן זקונים הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד און די משמשים הקודש הרב בנציון שטאנגער און הרב הערשל כץ.


האדמו"ר מצאנז זמיגראד באזוכט ביי האדמו"ר מצאנז איינצולאדענען דעם רבי'ן צו די חתונה פון אחיו הצעיר וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך.


האדמו"ר מסטריקוב ווערט געזעהן ביי איינער פון די שפעטע מניני מעריב די וואך אין ביהמ"ד שומר שבת אין בארא פארק.


אן ארמיי פון באבובער עסקנים ביים צוריקשטעלן דער ביהמ"ד הגדול על מכונו נאכן חתונה הגדולה די וואך, נאך איידער די ערשטע מתפללים קומען אן צו תפילת שחרית ביים נץ מנין.


אן אריינבליק אין די נייע פראכטופלער מקוה וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך "הכנסת אורחים ליזענסק" בהנהלת העסקן הרב שמחה קרקובסקי משב"ק אדמור"י בית לעלוב. דער בנין המקוה ווערט טאקע גערופן בנין שמעון לזכרו פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל.


האדמו"ר מסערט וויזניץ אויף א באזוך ביי שלוחא דרבנן העסקן הרב מאיר פרוש לרגל די חתונה פון א אייניקל.


אין קראלי ביהמ"ד האט "קרישקעס" די וואך אנגעטראפן הני תרי צנתרי דדהבא הנגיד ר' שמשי פריעד הי"ו מיטן נעים זמירות ישראל ר' יואל הורוויץ הי"ו אנפירער פון די שירה קאפעליע פארטיפט אין א טיפן שמועס בענינים העומדים ברומו של עולם.


האדמו"ר מדינוב האט "קרישקעס" באמערקט זיך צוזעצן צום תיקון צוגעשטעלט דורך איינע פון די מתפללים אין דינובער ביהמ''ד לכבוד די יארצייט די וואך פון הרבנית מסאטמאר ע"ה, מחברתו הטהורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


מה טוב ומה נעים: דער ענערגישער דירעקטאר פון די פאפולערע JDN פלאטפארמע בנש"ק הרב נחום מאסקאוויטש הי"ו באזוכט ביים "מאמענט" סטאנציע ביי די גרויסע "סאטמארק" ביזנעס עקספא די וואך.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ביים איבערגעגעבן זיינע הארציגע וואונטשן דורכן טעלעפאן, פאר מקורבו העסקן ר' יוסף פריעד הי"ו פון די פיוואט מארקעטינג פירמע לרגל שמחת הולדת בנו למזל טוב.


די וואך אין טאג פון די צווייטע יארצייט פון הרבנית מגור ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע, זענען די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א ארויף על קברה אויפן בית החיים סנהדריה אין ירושלים, אין שפיץ פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.


אין שאטן פון די שטורמישע תקופה מיטן גזירת הגיוס אין ארץ ישראל מערקט "קרישקעס" די צוויי אייניקלעך נאמני ביתו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא ביים שמחת החתונה פון א אייניקל ביים שלוחא דרבנן הרב משה גפני פארזיצער פון די ליטווישע דגל התורה פארטיי.


האדמו"ר מסטראפקוב אויף א ביקור תנחומין ביי האדמו''ר ממעזיבוז נאכן אויפשטיין פון די שבעה ע"פ אשתו הרבנית ממעזיבוז ע''ה.


די נייע פראכטפולע ארון הקודש וואס מען האט באנייעט לכבוד יום טוב שבועות קבלת התורה אין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק.


די לעצטע פיטשעווקעס דורך די בעלי המלאכה ביים אהערשטעלן דעם ארון הקודש ברוב פאר והדר.



הגאון רבי ירוחם אולשין מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט''א בעת זיין קורצן באזוך פאריגע וואך אין לעיקוואד, וואו דער ראש הישיבה האט פרעזענטירט דעם חשובן גאסט מיט זיין נייעם ספר וואס איז אין די טעג ערשינען לאור עולם.


די בחורי חמד אייניקלעך און אור אייניקלעך פון האדמו"ר מוויזניץ ביים אפווארטן די ספר תורה, ביים באשיידענעם תהלוכת הספר תורה פונעם רבי'ן, ברחובות קרית וויזניץ מיוחד פאר דעם רבינס צאצאים די זרע ברך ה'.


ביים יערליכן יום שכולו תורה אלס הכנה צו יום טוב שבועות בחצר הקודש תולדות אהרן, מערקט "קרישקעס" צווישן די הונדערטער לומדים די בארימטע אחים שישא, דער ראש המצילים הרב ר' שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה ויועץ און העסקן ר' יעקב אליעזר שישא יוש ראש ארגון בנינו.


ביהמ"ד אור החיים אין מאנסי באקאנט אלס "שיינער'ס שול" ארויסגעשטעלט פאסיגע באגריסונג בכבודה של מלכות אין עהרע פון פרעזידענט טראמפ יר"ה וועלכער האט דעם יום טוב שבועות באזוכט אין ראקלענד.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה איז מתפלל ביי קבר דוד המלך דעם מוצאי יום טוב לכבוד די יארצייט אום שבועות.


האדמו"ר מלעלוב פון בארא פארק אויף א באזוך ביים שוואגער האדמו"ר מאונגוואר אין רמות זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל נאכן פראווען יום טוב שבועות בבית מדרשו אין אלטשטאט ירושלים.


די הערליכע פענער ערצייגט לכבוד די הכנסת ספר תורה פון האדמו"ר מוויזניץ פאר די ילדי החסידות.


דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט הרה"ג רבי אליעזר וואלדמאן שליט"א יושב ראש מכון "דורשי יחודך" להוצאת ספריו, ביים מסיבת לחיים לרגל די ערשיינונג פונעם נייעם ספר "יפה ירושתינו" וואס דער מכון האט ארויסגעגעבן לאור עולם.


הגאון הגדול רבי עזריאל אויערבאך שליט"א ממנהיגי בני תורה איז מתפלל מול מקום המקדש אלס השלמה פונעם יום טוב שבועות העעל"ט.


נייע אימברוידערד חלה-דעקל געלאזט מאכן פאר האדמו"ר מסקווירא; דערויף זענען אויסגעקריצט די אלטע סקווירער בתי מדרשים, אינאיינעם מיט א בילד פונעם הערליכן נייעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא.


האדמו"ר מסאטמאר באטראכט א בעכער פון הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זי''ע וואס ליגט בבית גנזיו פון נכדו האדמו"ר מזוועהיל פון אמעריקא.


הרב יוסף שמעון שעכטער מבאי ביתו ביי האדמו"ר מוויזניץ ביים מקרב זיין די קינדער פון האדמו"ר מספינקא בית שמש, ביים מעמד נעילת החג און הכנסת ספר תורה דעם מוצאי יום טוב שבועות אין די וויזניצער הויף.


הרה"צ רבי יואל זוסמאן ראזענבוים האדמו''ר מקרעטשניף קאנאדא וואס איז אנגעקומען קיין ניו דזשערזי פוקד צו זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי יחזקאל'ע מערץ זיע"א, מערקט "קרישקעס" אין קאסאנער ביהמ"ד אין לינדען, וואו ער איז צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב זייענדיג אין יאר נאך די פטירה פון אביו כ"ק אדמו"ר בעל רזא דאמונה מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.


אויפ'ן מענטעלע פונעם בשותפות'דיגן ספר תורה פון חסידי סאסוב, איז געווארן פארצייכנט די נעמען פון אלע וואס האבן גענומען א גרעסערן חלק אין די הוצאות כתיבת הספר תורה לכבוד רבם ומאורם האדמו"ר מסאסוב.


מעמד החומש סעודה פון א בשותפות'דיגע אייניקל ביי האדמור"ים מסערט וויזניץ און ביאלא, דער חתן המקרא איז אן אייניקל פון האחים כ"ק אדמו"ר בעל להבת דוד מביאלא בני ברק זצ"ל און כ"ק אדמו"ר בעל מבשר טוב מביאלא זצ"ל.


אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשטעלט פארלאפענעם וואך אויף א פליגער פון ניו יארק קיין ארץ ישראל ווען די מיטרייזנע אויפן עראפלאן האבן באמערקט וואו דער עמוד ההוראה הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א מנהיג פון די בני תורה קרייזן, שטודירט די נאוויגאציע מאפעס אינאיינעם מיט דעם פילאט אויפן פליגער, צו קענען אויסרעכענען דעם זמן צאת הכוכבים און ציילן ספירת העומר כהלכתה.


האדמור"ים מסלאנים און ערלוי אין א באגעגעניש דעם ערב שבועות ביים כותל המערבי שריד בית מקדשינו.


האדמו"ר מדושינסקיא ווערט געזעהן אינעם ביהמ"ד ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה זייענדיג עוסק בתורה כאחד האדם.


הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא איז מסדר קידושין ביי די חתונה פון החתן א זון פון מחותנו הרה"ג ר' ברוך זאב פדר שליט"א דומ"ץ בעלזא אין שכונת גבעת זאב, מיט די כלה א טאכטער פון מחותנו הרה"ג ר' אברהם יעקב שארף שליט"א.


האדמו"ר מסקווירא ביים אנקומען צו די חתונה הגדולה די וואך בחצרות וויזניץ - סקווירא פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.


ביים נעילת החג טיש בחצר הקודש פינסק קארלין מערקט "קרישקעס" דער באקאנטער גבאי צדקה הרה"ח ר' זעליג מענדלאוויטש הי"ו פון ניו יארק וועלכער שטייט שוין יארן לימינם פון די מוסדות הקדושים על טהרת הקודש אין ארץ ישראל.


רירנדע באגעגעניש צווישן דעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, מיט א יונגער בחור מתושבי שכונת הר נוף, וואס האט מקדש געווען שם שמים ברבים און געשמאכטעט אונטער די אייזערנע גראטעס פון די מיליטערישע טורמע פאר גאנצע דריי וואכן, פארן איינציגסטן חטא פון זיך נישט שטעלן צו טמא'נעם מיליטער.


bottom of page