top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דודי ירד לגנו: הערליכע שבת מיט האד' מבאבוב 45 אין אויפבליענדע ישוב יוניאן

  • 5 במאי
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' בהר בחוקתי • ל"ג בעומר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א געוואלדיגע שמחה האט ארומגענומען חסידי באבוב-45 אין שטאט יוניאן ניו דזשערזי וואו מען האט פאראנגענעם שבת קודש געהאט די זכיה מקבל פנים צו זיין דער מנהיג העדה הקדושה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, אויף א שבת מיוחד פאר די תושבי הישוב אין יוניאן, אן קיין געסט פונדערפרעמד, וואס אזוי ארום האבן די תושבי הישוב געשפירט דעם שטארקן חיזוק וואס דער שבת האט געברענגט פאר יעדן איינעם.


ערב שבת ביים אנקומען צו די אכסניא בבית חתנו הרה"צ רבי חיים ברוך הלברשטאם שליט"א, האבן זיך די קינדער תושבי העיר פארזאמלט ברחובה של עיר און אפגעווארט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.


קורצליך נאכן זמן הדלקת הנרות איז דער רבי איז אריינגעקומען צום מעמד "טלית לייגן" אין די אכסניא, וואס איז געווען ספעציעל געווידמעט ספעציעל פאר די בחורי הקהילה. נאכן טלית לייגן האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי התחזקות פאר די בחורים, און האבן די בחורים באגלייט דעם רבי'ן צום בית המדרש באבוב-45 אויף יוניאן עוועניו.


דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה ערב שבת, און נאכן דאווענען זענען די פילע חסידים מתפללי ביהמ"ד און נאך תושבי המקום פון אנדערע קרייזן אדורך זאגן "גוט שבת".


דער שולחן הטהור האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אנגעהויבן פון "שלום עליכם". מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די חשובע רבנים פון שטאט. אינצווישן די זמירות שירות ותשבחות האט מען געזונגען עטליכע ניגונים מאוצרו הטוב פונעם רבי'ן שליט"א, וואס מען האט איבערגעזונגען מערערע מאל מיט גרויס התלהבות.


ביי די תורה האט דער רבי מעורר געווען איבער דעם ענין פון הודאה, און נאף ברכת המזון האט מען אויפגעגעבן באנדלעך לרגל די שמחת השלום זכר פון אן אור אייניקל ביים רבי'ן וואס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג. נאכן טיש, וואס האט זיך פארצויגן ביז די שפעטע נאכט שעה'ן, האט דער רבי געגעבן לחיים פאר די בחורים און כוס של ברכה פאר די אינגעלייט. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חתנו הרה"צ רבי חיים ברוך הלברשטאם שליט''א וואס שטייט אין שפיץ פון די קהילה און מוסדות אין יוניאן.


שבת אינדערפרי ביים ליינען האו דער רבי האט עולה געווען "שישי", און צו מוסף צוגעשיקט מחותנו הרה"צ רבי ראובן חיים הלברשטאם שליט''א אבד"ק נאסויד יוניאן.


נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לרגל א בר מצוה פון איינע פון די חסידים תושבי העיר. דער רבי האט קידוש געמאכט און איבערגעגעבן א לענגערע שמועס איבער התגברות היצר. צום שלוס האט דער רבי שטארק אויסגעלויבט די שטאט יוניאן און איר ווארימקייט, ציטירנדיג א מימרא פונעם הייליגן רבי'ן ר' זושא זי"ע אז א קופקע אידן וואס שטייען בשלווה ובאחדות איז ווי א "מקוה", און  אויסגעפירט בדרך צחות אז "יוניאן איז ווי א ווארעמע מקוה"


נאכדעם האט דער רבי שליט"א געהייסן זינגען דעם ניגון "אמר רבי עקיבא", ערקלערנדיג אז דער שבת איז דאך דער "שבת אויפרוף" צום גרויסן טאג ל"ג בעומר, דעם יומא דהילולא פונעם תנא אלוקי רשב"י.


שבת נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען צום פירות טיש, וואו ער האט פארגעזינגען די פיוטים אהבה וגאולה כנהוג און משמיע געווען דברי אלוקים חיים.

  

ביים סעודת רעוא דרעווין האט מען אויפגעגעבן מילכיג'ס כנהוג אום שבת בעפאר ל"ג בעומר. ביי די תורה האט דער רבי משמיע געווען א פייערדיגע שמועס איבער קביעות עיתים תורה. דער רבי האט געבענטש על הכוס, און נאך מעריב געמאכט הבדלה און געזאגט "ויתן לך" ברוב עם.


נאך הבדלה איז דער עולם אריבער מיט די שטרי קבלה פאר די מגבית "המחנה" לטובת די נייע קעמפ דחסידי באבוב 45, וואו די תושבים האבן זיך אנגעשלאסן מיט שיינע סכומים. דערנאך איז דער רבי ארויף צום ניי-רענאווירטן עזרת נשים וואו ער האט געקלאפט א מזוזה און געוואונטשן ברכת קדשו.


א באזונדערע קורת רוח איז געווען ווען דער רבי איז געגאנגען באזוכן די נייע גראסערי אין שטאט, "די יוניאן פענטשרי". דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט אינטערעסע ארום די געשעפט און אויסגעדרוקט זיין גרויסע הנאה פון די אנטוויקלונג פון די שטאט.


שפעטער מוצאי שבת האט זיך דער רבי שליט''א געוואשן צו א פריוואטע מלוה מלכה פאר די נגידים ותומכים פונעם כולל אין יוניאן. צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בן ציון מיללער שליט"א, ראש הכולל, וועלכער האט ארויסגעברענגט די הצלחה פונעם כולל. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק איבער די חשיבות פון שטיצן תורה, און דערציילט סיפורי צדיקים פון די בעלי ההילולא, דער נודע ביהודה און פון די רבי ר' מענדעלע מרעמינוב זי"ע.


צום שלוס זענען די משתתפים מחזיקי הכולל דורך אל מול פני הקודש איבערצוגעבן זייערע נדבות פארן כולל. נאכן דורכגיין האט זיך דער רבי געזעגענט מיט די חסידים און זיך ארויסגעלאזט אין וועג אהיים קיין בארא פארק, איבערלאזנדיג א רישומא דקדושה אויף עדת צאן מרעיתו אין שטאט.



תגובות


bottom of page